אידיש
1
און בוֹעַז איז אַרױפֿגעגאַנגען צום טױער, און האָט זיך דאָרטן געזעצט, ערשט דער אױסלײזער פֿון װעמען בוֹעַז האָט גערעדט, גײט פֿאַרבײַ. האָט ער געזאָגט: קום אַהער זעץ זיך דאָ, דער און דער. איז ער צוגעקומען און האָט זיך געזעצט.
2
און ער האָט גענומען צען מענטשן פֿון די עלטסטע פֿון שטאָט, און ער האָט געזאָגט: זעצט אײַך דאָ. און זײ האָבן זיך געזעצט.
3
האָט ער געזאָגט צום אױסלײזער: נָעמי װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿעלד פֿון מואָבֿ, פֿאַרקױפֿט דאָס שטיק פֿעלד װאָס האָט געהערט צו אונדזער ברודער, צו אֶלימֶלֶכן.
4
האָב איך געקלערט: איך װעל אַנטפּלעקן דײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: קױף עס אַנטקעגן פֿאַר די װאָס זיצן דאָ, און אַנטקעגן פֿאַר די עלטסטע פֿון מײַן פֿאָלק. אױב דו װילסט אױסלײזן, לײז אױס! אױב אָבער מע װעט ניט אױסלײזן, זאָג מיר, כּדי איך זאָל עס װיסן, װאָרום ניטאָ קײנער אַחוץ דיר אױסצולײזן, און איך בין נאָך דיר. האָט ער געזאָגט: איך װעל אױסלײזן.
5
האָט בוֹעַז געזאָגט: אין דעם טאָג װאָס דו קױפֿסט דאָס פֿעלד פֿון נָעמיס האַנט, און פֿון רות דער מואָבֿערין, האָסטו געקױפֿט די װײַב פֿון דעם געשטאָרבענעם, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה.
6
האָט דער אױסלײזער געזאָגט: איך קען עס ניט אױסלײזן פֿאַר מיר, װאָרום איך װעל נאָך פֿאַרדאַרבן מײַן אײגענע נחלה. לײז דיר דו אױס װאָס איך דאַרף אױסלײזן, װאָרום איך קען ניט אױסלײזן.
7
און אַזױ איז געװען פֿאַרצײַטן אין ישׂראל: בײַ אַן אױסלײז אָדער בײַ אַן אױסבײַט, צו באַפֿעסטיקן עפּעס אַ זאַך, האָט אײנער אַראָפּגעצױגן זײַן שוך און געגעבן דעם אַנדערן. און דאָס איז געװען צום עדות אין ישׂראל.
8
האָט דער אױסלײזער געזאָגט צו בוֹעַזן: קױף עס דיר. און ער האָט אַראָפּגעצױגן זײַן שוך.
9
און בוֹעַז האָט געזאָגט צו די עלטסטע, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק: איר זײַט עדות הײַנט, אַז איך האָב אָפּגעקױפֿט אַלץ װאָס האָט געהערט צו אֶלימֶלֶכן, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו כִּליוֹנען און מַחלוֹנען, פֿון נָעמיס האַנט.
10
און אױך רות די מואָבֿערין, מַכלוֹנס װײַב, האָב איך געקױפֿט מיר פֿאַר אַ װײַב, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה, אַז דער נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם זאָל ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און פֿון דעם טױער פֿון זײַן אָרט; איר זײַט עדות הײַנט.
11
האָט געזאָגט דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין טױער, און די עלטסטע: עדות! גאָט זאָל געבן אַז די װײַב װאָס קומט אָן אין דײַן הױז, זאָל זײַן אַזױ װי רחל און אַזױ װי לאה װאָס זײ בײדע האָבן אױפֿגעבױט דאָס הױז פֿון ישׂראל! און טו אױף העלדישקײט אין אֶפֿרָת, און האָב אַ באַרופֿענעם נאָמען אין בית-לֶחֶם!
12
און דײַן הױז זאָל זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון פֶּרֶצן װאָס תָּמָר האָט געבאָרן יהודהן, פֿון דעם זאָמען װאָס גאָט װעט דיר געבן פֿון דער דאָזיקער יונגער פֿרױ!
13
און בוֹעַז האָט גענומען רותן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב, און ער איז צו איר געקומען, און גאָט האָט איר געגעבן טראָגשאַפֿט, און זי האָט געבאָרן אַ זון.
14
האָבן די װײַבער געזאָגט צו נָעמין: געלױבט איז גאָט װאָס ער האָט דיך הײַנט ניט געלאָזן אָן אַן אױסלײזער, און זאָל זײַן נאָמען זײַן באַרופֿן אין ישׂראל!
15
און ער זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ דערקװיקער פֿון דער זעל, און אױף אױסצוהאַלטן דײַן עלטער װאָרום דײַן שנור װאָס האָט דיך ליב, האָט אים געבאָרן, װאָס זי איז דיר בעסער װי זיבן זין.
16
און נָעמי האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַרײַנגעטאָן אין איר בוזעם, און זי איז אים געװען פֿאַר אַ דערציערין.
17
און די שכנות האָבן אים געגעבן אַ נאָמען, אַזױ צו זאָגן: אַ זון איז געבאָרן געװאָרן בײַ נָעמין; און זײ האָבן גערופֿן זײַן נאָמען עוֹבֵד. דאָס איז דער פֿאָטער פֿון יִשַי דעם פֿאָטער פֿון דודן.
18
און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון פֶּרֶצן: פֶּרֶץ האָט געבאָרן חֶצרוֹנען;
19
און חֶצרוֹן האָט געבאָרן רָמען, און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבן;
20
און עַמינָדָב האָט געבאָרן נַחשוֹנען, און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמָהן;
21
און שַׂלמוֹן האָט געבאָרן בוֹעַזן, און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֵדן;
22
און עוֹבֵד האָט געבאָרן יִשַין, און יִשַי האָט געבאָרן דודן.