אידיש
1
און נָעמי איר שװיגער האָט צו איר געזאָגט: מײַן טאָכטער, זאָל איך דיר ניט אױפֿזוכן אַן אָפּרו װאָס זאָל גוט זײַן פֿאַר דיר?
2
און אַצונד, איז ניט בוֹעַז אונדזערער אַ קרוב – דער װאָס דו ביסט געװען מיט זײַנע מײדלעך? אָט װינטשופֿלט ער די נאַכט דעם שײַער גערשטן.
3
זאָלסטו זיך אַרומװאַשן און באַזאַלבן, און אָנטאָן אױף דיר דײַנע קלײדער, און אַראָפּנידערן צום שײַער; זאָלסט זיך ניט לאָזן מערקן פֿון דעם מאַן, ביז ער האָט געענדיקט עסן און טרינקען.
4
און עס װעט זײַן װי ער װעט זיך לײגן, אַזױ זאָלסטו מערקן דעם אָרט װאָס ער װעט זיך דאָרטן לײגן, און זאָלסט צוקומען און אָפּדעקן זײַן צופֿוסן, און זיך אַװעקלײגן; און ער װעט דיר זאָגן װאָס דו זאָלסט טאָן.
5
האָט זי צו איר געזאָגט: אַלץ װאָס דו זאָגסט מיר װעל איך טאָן.
6
און זי האָט אַראָפּגענידערט צום שײַער, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איר שװיגער האָט איר געהײסן.
7
און בוֹעַז האָט געגעסן און געטרונקען, און זײַן האַרץ איז געװען פֿרײלעך, און ער איז געגאַנגען זיך לײגן אין עק פֿון דעם תּבֿואה-הױפֿן. איז זי צוגעקומען שטילערהײט, און האָט אָפּגעדעקט זײַן צופֿוסן, און האָט זיך געלײגט.
8
און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, האָט דער מאַן אױפֿגעציטערט, און ער האָט זיך אױסגעדרײט, ערשט אַ פֿרױ ליגט אים צו פֿוסן.
9
האָט ער געזאָגט: װער ביסטו? האָט זי געזאָגט: איך בין רות דײַן דינסט; און זאָלסט אױסשפּרײטן דײַן ברעג קלײד איבער דײַן דינסט, װאָרום אַן אױסלײזער ביסטו.
10
האָט ער געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון גאָט, מײַן טאָכטער; דײַן לעצטע גוטסקײט האָסטו נאָך שענער געטאָן פֿון דער ערשטער, ניט צו גײן נאָך די בחורים, צי אָרים צי רײַך.
11
און אַצונד, מײַן טאָכטער, זאָלסטו ניט מוֹרא האָבן; אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן, װעל איך דיר טאָן, װאָרום דער גאַנצער טױער פֿון מײַן פֿאָלק װײס אַז דו ביסט אַ װוילע פֿרױ.
12
און אַצונד, יאָ אמת, אַז אַן אױסלײזער בין איך, אָבער פֿאַראַן אַן אױסלײזער נענטער פֿון מיר.
13
בלײַב די נאַכט, און עס װעט זײַן אין דער פֿרי, אױב ער װעט דיך אױסלײזן, איז גוט, זאָל ער אױסלײזן; אױב אָבער ער װעט דיך ניט װעלן אױסלײזן, װעל איך דיך אױסלײזן, אַזױ װי גאָט לעבט! ליג ביז אין דער פֿרי.
14
איז זי געלעגן בײַ אים צו פֿוסן ביז באַגינען, און זי איז אױפֿגעשטאַנען אײדער אײנער האָט געקענט דערקענען דעם אַנדערן; װאָרום ער האָט געזאָגט: עס זאָל ניט דערװוּסט װערן אַז די פֿרױ איז געקומען אין שײַער.
15
און ער האָט געזאָגט: גיב אַהער דאָס טוך װאָס אױף דיר, און האַלט עס צו. האָט זי עס צוגעהאַלטן, און ער האָט אַרײַנגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן, און אַרױפֿגעטאָן אױף איר. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט.
16
און זי איז געקומען צו איר שװיגער, האָט זי געזאָגט: װי איז דאָס מיט דיר, מײַן טאָכטער? האָט זי איר דערצײלט אַלץ װאָס דער מאַן האָט צו איר געטאָן.
17
און זי האָט געזאָגט: די זעקס מאָס גערשטן האָט ער מיר געגעבן, װײַל ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט ניט קומען מיט לײדיקן צו דײַן שװיגער.
18
האָט זי געזאָגט: זיץ, מײַן טאָכטער, ביז װאַנען װעסט װיסן װי די זאַך װעט אױספֿאַלן, װאָרום דער מאַן װעט ניט רוען, ביז ער האָט געענדיקט די זאַך הײַנט.