Yiddish
Hebrew
אידיש
1 קער צוריק, קער צוריק, שולַמית, קער צוריק, קער צוריק, מיר זאָלן דיך אָנקוקן. װאָס װעט איר זען אין שולַמית? אַזױ װי אַ טאַנץ אין צװײ רײען. 2 װי שײן דײַנע טריט אין סאַנדאַלן, דו פֿירשטלעכע טאָכטער! דײַנע רונדע דיכן װי צירונג געמאַכט פֿון די הענט פֿון אַ קינצלער. 3 דײַן נאָפּל אַ בעכער אַ רונדער; עס פֿעלט ניט דער מישװײַן. דײַן בױך אַ הױפֿן װײץ מיט ליליען באַזױמט. 4 דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין. 5 דײַן האַלדז װי אַ טורעם פֿון עלפֿנבײן; דײַנע אױגן – די טײַכן אין חשבון בײַם טױער פֿון בת-רַבים; דײַן נאָז װי דער טורעם פֿון לבֿנון װאָס קוקט צו דמשׂק. 6 דײַן קאָפּ אױף דיר װי דער כַּרמל, און די לאָקן פֿון דײַן קאָפּ אַזױ װי פּורפּל; אַ מלך איז אין די פֿלעכטן פֿאַרקניפּט. 7 װי שײן ביסטו און װי זיס ביסטו, געליבטע, אין תּענוגים! 8 דער דאָזיקער װוּקס דײַנער איז געגליכן צו אַ טײטלבױם, און די בריסט דײַנע צו הענגלעך טרױבן. 9 איך האָב געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן צום טײטלבױם, און װעל אָננעמען זײַנע צװײַגן; און דײַנע בריסט זאָלן זײַן אַזױ װי הענגלעך פֿון װײַנשטאָק, און דער רֵיח פֿון דײַן פּנים װי עפּל; 10 און דײַן גומען װי װײַן גוטער װאָס גײט גלאַטיק אַראָפּ מײַן געליבטן, װאָס מאַכט רעדן די ליפּן פֿון שלאָפֿיקע. 11 איך בין מײַן געליבטנס, און צו מיר איז זײַן געלוסט. 12 קום, געליבטער מײַן, לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד, לאָמיר נעכטיקן צװישן די ציפּערבלומען. 13 לאָמיר זיך פֿעדערן צו די װײַנגערטנער, לאָמיר זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געעפֿנט האָבן זיך די קװײטן, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען; דאָרטן װעל איך געבן מײַן ליבשאַפֿט צו דיר. 14 די ליבעפּעלעך גיבן אַרױס אַ רֵיח, און פֿאַר אונדזערע טירן זײַנען אַלערלײ טײַערע פֿרוכט, נײַע און אַלטע, װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר דיר, מײַן געליבטער.
עברית
1 שׁ֤וּבִי שׁ֙וּבִי֙ הַשּׁ֣וּלַמִּ֔ית שׁ֥וּבִי שׁ֖וּבִי וְנֶחֱזֶה־בָּ֑ךְ מַֽה־תֶּחֱזוּ֙ בַּשּׁ֣וּלַמִּ֔ית כִּמְחֹלַ֖ת הַֽמַּחֲנָֽיִם׃ 2 מַה־יָּפ֧וּ פְעָמַ֛יִךְ בַּנְּעָלִ֖ים בַּת־נָדִ֑יב חַמּוּקֵ֣י יְרֵכַ֔יִךְ כְּמ֣וֹ חֲלָאִ֔ים מַעֲשֵׂ֖ה יְדֵ֥י אָמָּֽן׃ 3 שָׁרְרֵךְ֙ אַגַּ֣ן הַסַּ֔הַר אַל־יֶחְסַ֖ר הַמָּ֑זֶג בִּטְנֵךְ֙ עֲרֵמַ֣ת חִטִּ֔ים סוּגָ֖ה בַּשּׁוֹשַׁנִּֽים׃ 4 שְׁנֵ֥י שָׁדַ֛יִךְ כִּשְׁנֵ֥י עֳפָרִ֖ים תָּאֳמֵ֥י צְבִיָּֽה׃ 5 צַוָּארֵ֖ךְ כְּמִגְדַּ֣ל הַשֵּׁ֑ן עֵינַ֜יִךְ בְּרֵכ֣וֹת בְּחֶשְׁבּ֗וֹן עַל־שַׁ֙עַר֙ בַּת־רַבִּ֔ים אַפֵּךְ֙ כְּמִגְדַּ֣ל הַלְּבָנ֔וֹן צוֹפֶ֖ה פְּנֵ֥י דַמָּֽשֶׂק׃ 6 רֹאשֵׁ֤ךְ עָלַ֙יִךְ֙ כַּכַּרְמֶ֔ל וְדַלַּ֥ת רֹאשֵׁ֖ךְ כָּאַרְגָּמָ֑ן מֶ֖לֶךְ אָס֥וּר בָּרְהָטִֽים׃ 7 מַה־יָּפִית֙ וּמַה־נָּעַ֔מְתְּ אַהֲבָ֖ה בַּתַּֽעֲנוּגִֽים׃ 8 זֹ֤את קֽוֹמָתֵךְ֙ דָּֽמְתָ֣ה לְתָמָ֔ר וְשָׁדַ֖יִךְ לְאַשְׁכֹּלֽוֹת׃ 9 אָמַ֙רְתִּי֙ אֶעֱלֶ֣ה בְתָמָ֔ר אֹֽחֲזָ֖ה בְּסַנְסִנָּ֑יו וְיִֽהְיוּ־נָ֤א שָׁדַ֙יִךְ֙ כְּאֶשְׁכְּל֣וֹת הַגֶּ֔פֶן וְרֵ֥יחַ אַפֵּ֖ךְ כַּתַּפּוּחִֽים׃ 10 וְחִכֵּ֕ךְ כְּיֵ֥ין הַטּ֛וֹב הוֹלֵ֥ךְ לְדוֹדִ֖י לְמֵישָׁרִ֑ים דּוֹבֵ֖ב שִׂפְתֵ֥י יְשֵׁנִֽים׃ 11 אֲנִ֣י לְדוֹדִ֔י וְעָלַ֖י תְּשׁוּקָתֽוֹ׃   ס 12 לְכָ֤ה דוֹדִי֙ נֵצֵ֣א הַשָּׂדֶ֔ה נָלִ֖ינָה בַּכְּפָרִֽים׃ 13 נַשְׁכִּ֙ימָה֙ לַכְּרָמִ֔ים נִרְאֶ֞ה אִם פָּֽרְחָ֤ה הַגֶּ֙פֶן֙ פִּתַּ֣ח הַסְּמָדַ֔ר הֵנֵ֖צוּ הָרִמּוֹנִ֑ים שָׁ֛ם אֶתֵּ֥ן אֶת־דֹּדַ֖י לָֽךְ׃ 14 הַֽדּוּדָאִ֣ים נָֽתְנוּ־רֵ֗יחַ וְעַל־פְּתָחֵ֙ינוּ֙ כָּל־מְגָדִ֔ים חֲדָשִׁ֖ים גַּם־יְשָׁנִ֑ים דּוֹדִ֖י צָפַ֥נְתִּי לָֽךְ׃