אידיש
1
װוּהין איז געגאַנגען דײַן געליבטער, דו שענסטע פֿון פֿרױען? װוּהין האָט זיך געקערט דײַן געליבטער, אַז מיר זאָלן אים זוכן מיט דיר?
2
מײַן געליבטער האָט גענידערט צו זײַן גאָרטן צו די בײטן פֿון בשׂמים, צו װאַנדערן אין די גערטנער און אױפֿקלײַבן ליליען.
3
איך בין מײַן געליבטנס, און מײַן געליבטער איז מײַן – דער װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען.
4
ביסט שײן, מײַן געליבטע, װי תִּרצָה, ליבלעך װי ירושלים, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע.
5
קער אַװעק דײַנע אױגן פֿון מיר, װאָרום זײ האָבן מיך באַװעלטיקט. דײַנע האָר איז װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך פֿון גִלעָד אַראָפּ.
6
דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש, װאָס צװילינגען זיך אַלע, און ניטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.
7
װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף, פֿון דײַן שלײער אַדורך.
8
זעכציק די מלכּות, און אַכציק די קעפּסװײַבער, און יונגפֿרױען אָן צאָל.
9
אײנע מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע; אײנע איז זי בײַ איר מוטער, אױסדערװײלט איז זי בײַ איר געװינערין. טעכטער האָבן זי געזען און זי געלױבט, מלכּות און קעפּסװײַבער – און זי גערימט:
10
װער איז די װאָס קוקט אַרױס װי דער פֿרימאָרגן, שײן װי די לבֿנה, לױטער װי די זון, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע?
11
צו דעם נוסגאָרטן האָב איך גענידערט, צו באַקוקן די שפּראָצן פֿון טאָל, צו זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען.
12
ניט װיסנדיק האָט מײַן זעל מיך געבראַכט צו די רײַטװעגן פֿון מײַן פֿירשטלעכן פֿאָלק.