Yiddish
Hebrew
אידיש
1 איך בין אַ רױז פֿון שָרון, אַ ליליע פֿון די טאָלן. 2 װי אַ ליליע צװישן די דערנער, אַזױ איז מײַן געליבטע צװישן די טעכטער. 3 װי אַן עפּלבױם צװישן די װאַלדבײמער, אַזױ איז מײַן געליבטער צװישן די זין. אין זײַן שאָטן געלוסט איך צו זיצן, און זיס איז זײַן פֿרוכט צו מײַן גומען. 4 ער האָט מיך געבראַכט אין דער װײַנקאַמער, און זײַן פֿאָן איבער מיר איז ליבשאַפֿט געװען. 5 לאָבט מיך מיט טרױבקוכנס, קװיקט מיך מיט עפּל, װאָרום קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך. 6 זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ, און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען. 7 איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד, אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן. 8 האָרך! מײַן געליבטער! אָט-אָ קומט ער; ער שפּרינגט איבער די בערג, ער הופּט איבער די הײכן. 9 מײַן געליבטער איז געגליכן צו אַ הירש, אָדער צו אַ הינד אַ יונגן; אָט-אָ שטײט ער הינטער אונדזער װאַנט, ער קוקט דורך די פֿענצטער, ער בליקט דורך די גראַטקעס. 10 האָט זיך אָפּגערופֿן מײַן געליבטער, און געזאָגט צו מיר: שטײ דיר אױף מײַן געליבטע, מײַן שײנע, און קום דיר. 11 װאָרום זע, דער װינטער איז אַריבער, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, אַװעק. 12 די בלומען האָבן זיך באַװיזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קָול פֿון דער טורטלטױב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד. 13 דער פֿײַגנבױם צײַטיקט זײַנע פֿריפֿײַגן, און די װײַנשטאָקן אין בליִונג גיבן אַ רֵיח שטײ דיר אױף, מײַן געליבטע, מײַן שײנע, און קום דיר. 14 מײַן טױב אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז, אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿונעם באַרגטרעפּ, לאָז מיך אָנזען דײַן פּנים, לאָז מיך הערן דײַן קָול, װאָרום דײַן קָול איז זיס, און דײַן פּנים איז שײן. 15 כאַפּט אונדז די פֿיקס, קלײנע פֿיקס װאָס פֿאַרדאַרבן די װײַנגערטנער, װאָרום אונדזערע װײַנגערטנער זײַנען אין בליִונג. 16 מײַן געליבטער געהערט מיר, און איך געהער אים, דעם װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען. 17 ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג, און אַנטרינען װעלן די שאָטנס, דרײ זיך אום, מײַן געליבטער, און זײַ געגליכן צו אַ הירש, אָדער צו אַ הינד אַ יונגען, אױף די צעשפּאָלטענע בערג.
עברית
1 אֲנִי֙ חֲבַצֶּ֣לֶת הַשָּׁר֔וֹן שֽׁוֹשַׁנַּ֖ת הָעֲמָקִֽים׃ 2 כְּשֽׁוֹשַׁנָּה֙ בֵּ֣ין הַחוֹחִ֔ים כֵּ֥ן רַעְיָתִ֖י בֵּ֥ין הַבָּנֽוֹת׃ 3 כְּתַפּ֙וּחַ֙ בַּעֲצֵ֣י הַיַּ֔עַר כֵּ֥ן דּוֹדִ֖י בֵּ֣ין הַבָּנִ֑ים בְּצִלּוֹ֙ חִמַּ֣דְתִּי וְיָשַׁ֔בְתִּי וּפִרְי֖וֹ מָת֥וֹק לְחִכִּֽי׃ 4 הֱבִיאַ֙נִי֙ אֶל־בֵּ֣ית הַיָּ֔יִן וְדִגְל֥וֹ עָלַ֖י אַהֲבָֽה׃ 5 סַמְּכ֙וּנִי֙ בָּֽאֲשִׁישׁ֔וֹת רַפְּד֖וּנִי בַּתַּפּוּחִ֑ים כִּי־חוֹלַ֥ת אַהֲבָ֖ה אָֽנִי׃ 6 שְׂמֹאלוֹ֙ תַּ֣חַת לְרֹאשִׁ֔י וִימִינ֖וֹ תְּחַבְּקֵֽנִי׃ 7 הִשְׁבַּ֨עְתִּי אֶתְכֶ֜ם בְּנ֤וֹת יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ בִּצְבָא֔וֹת א֖וֹ בְּאַיְל֣וֹת הַשָּׂדֶ֑ה אִם־תָּעִ֧ירוּ וְֽאִם־תְּעֽוֹרְר֛וּ אֶת־הָאַהֲבָ֖ה עַ֥ד שֶׁתֶּחְפָּֽץ׃   ס 8 ק֣וֹל דּוֹדִ֔י הִנֵּה־זֶ֖ה בָּ֑א מְדַלֵּג֙ עַל־הֶ֣הָרִ֔ים מְקַפֵּ֖ץ עַל־הַגְּבָעֽוֹת׃ 9 דּוֹמֶ֤ה דוֹדִי֙ לִצְבִ֔י א֖וֹ לְעֹ֣פֶר הָֽאַיָּלִ֑ים הִנֵּה־זֶ֤ה עוֹמֵד֙ אַחַ֣ר כָּתְלֵ֔נוּ מַשְׁגִּ֙יחַ֙ מִן־הַֽחֲלֹּנ֔וֹת מֵצִ֖יץ מִן־הֽ͏ַחֲרַכִּֽים׃ 10 עָנָ֥ה דוֹדִ֖י וְאָ֣מַר לִ֑י ק֥וּמִי לָ֛ךְ רַעְיָתִ֥י יָפָתִ֖י וּלְכִי־לָֽךְ׃ 11 כִּֽי־הִנֵּ֥ה הסתו עָבָ֑ר הַגֶּ֕שֶׁם חָלַ֖ף הָלַ֥ךְ לֽוֹ׃ 12 הַנִּצָּנִים֙ נִרְא֣וּ בָאָ֔רֶץ עֵ֥ת הַזָּמִ֖יר הִגִּ֑יעַ וְק֥וֹל הַתּ֖וֹר נִשְׁמַ֥ע בְּאַרְצֵֽנוּ׃ 13 הַתְּאֵנָה֙ חָֽנְטָ֣ה פַגֶּ֔יהָ וְהַגְּפָנִ֥ים סְמָדַ֖ר נָ֣תְנוּ רֵ֑יחַ ק֥וּמִי לכי רַעְיָתִ֥י יָפָתִ֖י וּלְכִי־לָֽךְ׃   ס 14 יוֹנָתִ֞י בְּחַגְוֵ֣י הַסֶּ֗לַע בְּסֵ֙תֶר֙ הַמַּדְרֵגָ֔ה הַרְאִ֙ינִי֙ אֶתּ־מַרְאַ֔יִךְ הַשְׁמִיעִ֖ינִי אֶת־קוֹלֵ֑ךְ כִּי־קוֹלֵ֥ךְ עָרֵ֖ב וּמַרְאֵ֥יךְ נָאוֶֽה׃   ס 15 אֶֽחֱזוּ־לָ֙נוּ֙ שֽׁוּעָלִ֔ים שֽׁוּעָלִ֥ים קְטַנִּ֖ים מְחַבְּלִ֣ים כְּרָמִ֑ים וּכְרָמֵ֖ינוּ סְמָדַֽר׃ 16 דּוֹדִ֥י לִי֙ וַאֲנִ֣י ל֔וֹ הָרֹעֶ֖ה בַּשּׁוֹשַׁנִּֽים׃ 17 עַ֤ד שֶׁיָּפ֙וּחַ֙ הַיּ֔וֹם וְנָ֖סוּ הַצְּלָלִ֑ים סֹב֩ דְּמֵה־לְךָ֨ דוֹדִ֜י לִצְבִ֗י א֛וֹ לְעֹ֥פֶר הָאַיָּלִ֖ים עַל־הָ֥רֵי בָֽתֶר׃   ס