אידיש
1
דאָס געזאַנג פֿון געזאַנגען, װאָס פֿון שלמהן.
2
קושן זאָל ער מיך מיט די קושן פֿון זײַן מױל; װאָרום בעסער פֿון װײַן איז דײַן ליבשאַפֿט.
3
װױל צום גערוך זײַנען דײַנע אײלן, געקלערטע בױמל איז דײַן נאָמען, דרום האָבן יונגפֿרױען דיך ליב.
4
צי מיך נאָך דיר, לאָמיר לױפֿן! – זאָל דער מלך מיך ברענגען אין זײַנע קאַמערן, מיר װעלן זײַן לוסטיק און פֿרײלעך מיט דיר, מיר װעלן לױבן דײַן ליבשאַפֿט מערער פֿון װײַן. אמת ליב האָט מען דיך.
5
שװאַרץ בין איך, אָבער שײן, טעכטער פֿון ירושלים, װי די געצעלטן פֿון קֵדר, װי די פֿאָרהאַנגען שלמהס.
6
ניט קוקט מיך אָן װאָס איך בין שװאַרצלעך, װאָרום די זון האָט מיך אָפּגעברענט. די זין פֿון מײַן מוטער האָבן געצערנט אױף מיר, זײ האָבן מיך געמאַכט אַ היטערין פֿון די װײַנגערטנער; מײַן אײגענעם װײַנגאָרטן האָב איך ניט אָפּגעהיט.
7
זאָג מיר דו װעמען מײַן זעל האָט ליב, װוּ פֿיטערסטו, װוּ מאַכסטו הױערן אין מיטן טאָג? װאָרום נאָך װאָס זאָל איך זײַן װי אַן אַרומטרײַבערין בײַ די סטאַדעס פֿון דײַנע חבֿרים?
8
אױב דו װײסט עס דיר ניט, דו שענסטע פֿון פֿרױען, גײ דיר אַרױס אין די טריט פֿון די שאָף, און פֿיטער דײַנע ציקעלעך בײַ די פּאַסטוכגעצעלטן.
9
צו אַ פֿערדין אין פּרעהס רײַטװאָגן האָב איך דיך געגליכן, געליבטע מײַן.
10
שײן זײַנען דײַנע באַקן אין די קײטלעך, דײַן האַלדז אין די שנורן.
11
גילדערנע קײטלעך דיר װעלן מיר מאַכן, מיט פּינטלעך פֿון זילבער.
12
בעת דער מלך איז געװען אױף זײַן הֶסב-בעט, האָט מײַן נאַרד געגעבן זײַן רֵיח.
13
אַ בינטל מירע װאָס רוט צװישן מײַנע בריסט, איז מײַן געליבטער מיר.
14
אַ הענגל ציפּערבלומען אין עֵין-גֶדיס װײַנגערטנער איז מײַן געליבטער מיר.
15
ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן, דײַנע אױגן זײַנען טױבן.
16
ביסט שײן געליבטער מײַן, און ליבלעך, גרין אױך איז אונדזער געלעגער;
17
אונדזערע הױזבאַלקנס צעדערן, אונדזערע װאַנטברעטער ציפּרעסן.