Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװען אױפֿן אַכטן טאָג, האָט משה גערופֿן אַהרֹנען, און זײַנע זין, און די עלטסטע פֿון ישׂראל. 2 און ער האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם דיר אַ קאַלב, אַ יונג רינד, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אָן אַ פֿעלער, און זײַ מקריבֿ פֿאַר גאָט. 3 און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: נעמט אַ ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און אַ קאַלב און אַ שעפּס, יאָריקע אָן אַ פֿעלער, פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; 4 און אַן אָקס און אַ װידער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, צו שלאַכטן פֿאַר גאָט; און אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל; װאָרום הײַנט טוט זיך גאָט באַװײַזן צו אײַך. 5 האָבן זײ געבראַכט װאָס משה האָט באַפֿױלן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און די גאַנצע עדה האָט גענענט, און זיך געשטעלט פֿאַר גאָט. 6 און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן איר זאָלט טאָן, כּדי די פּראַכט פֿון גאָט זאָל זיך באַװײַזן צו אײַך. 7 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גענען צום מזבח, און מאַך דײַן זינדאָפּפֿער און דײַן בראַנדאָפּפֿער, און זײַ מכַפּר אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק; און מאַך דעם קָרבן פֿון פֿאָלק, און זײַ מכַפּר אױף זײ, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן. 8 האָט אַהרן גענענט צום מזבח, און האָט געשאָכטן דאָס קאַלב פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים. 9 און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן גענענט צו אים דאָס בלוט, און ער האָט אײַנגעטונקט זײַן פינגער אין דעם בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח. 10 און דאָס פֿעטס, און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, פֿון דעם זינדאָפּפֿער, האָט ער געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. 11 און דאָס פֿלײש און דאָס פֿעל האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער. 12 און ער האָט געשאָכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער, און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 13 און זײ האָבן אים דערלאַנגט דאָס בראַנדאָפּפֿער אין זײַנע שטיקער, און דעם קאָפּ, און ער האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. 14 און ער האָט אָפּגעשװענקט די אינגעװײד און די קני, און געדעמפֿט איבער דעם בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח. 15 און ער האָט געמאַכט גענענען דעם קָרבן פֿון פֿאָלק; און ער האָט גענומען דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק, און האָט אים געשאָכטן, און אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער אַזױ װי דאָס ערשטע. 16 און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס בראַנדאָפּפֿער, און האָט עס געמאַכט אַזױ װי דער דין. 17 און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און האָט אָנגעפֿילט זײַן האַנט דערפֿון, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי. 18 און ער האָט געשאָכטן דעם אָקס און דעם װידער, דאָס פֿרידאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק; און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 19 און דאָס פֿעטס פֿון דעם אָקס און פֿון דעם װידער, דעם װײדל, און דאָס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער – 20 דאָס פֿעטס האָבן זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די ברוסטן, און ער האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח. 21 און די ברוסטן און דעם רעכטן שענקל האָט אַהרן אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן. 22 און אַהרן האָט אױפֿגעהױבן זײַנע הענט צום פֿאָלק, און האָט זײ געבענטשט; און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער. 23 און משה און אַהרן זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אוֹהל-מוֹעד, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק; און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן צום גאַנצן פֿאָלק. 24 און אַ פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט, און האָט פֿאַרצערט אױפֿן מזבח דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ האָבן אױסגעשריען, און זײַנען געפאַלן אױף זײער פּנים.
עברית
1 וַיְהִי֙ בַּיּ֣וֹם הַשְּׁמִינִ֔י קָרָ֣א מֹשֶׁ֔ה לְאַהֲרֹ֖ן וּלְבָנָ֑יו וּלְזִקְנֵ֖י יִשְׂרָאֵֽל׃ 2 וַיֹּ֣אמֶר אֶֽל־אַהֲרֹ֗ן קַח־לְ֠ךָ עֵ֣גֶל בֶּן־בָּקָ֧ר לְחַטָּ֛את וְאַ֥יִל לְעֹלָ֖ה תְּמִימִ֑ם וְהַקְרֵ֖ב לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 3 וְאֶל־בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל תְּדַבֵּ֣ר לֵאמֹ֑ר קְח֤וּ שְׂעִיר־עִזִּים֙ לְחַטָּ֔את וְעֵ֨גֶל וָכֶ֧בֶשׂ בְּנֵי־שָׁנָ֛ה תְּמִימִ֖ם לְעֹלָֽה׃ 4 וְשׁ֨וֹר וָאַ֜יִל לִשְׁלָמִ֗ים לִזְבֹּ֙חַ֙ לִפְנֵ֣י יְהוָ֔ה וּמִנְחָ֖ה בְּלוּלָ֣ה בַשָּׁ֑מֶן כִּ֣י הַיּ֔וֹם יְהוָ֖ה נִרְאָ֥ה אֲלֵיכֶֽם׃ 5 וַיִּקְח֗וּ אֵ֚ת אֲשֶׁ֣ר צִוָּ֣ה מֹשֶׁ֔ה אֶל־פְּנֵ֖י אֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד וַֽיִּקְרְבוּ֙ כָּל־הָ֣עֵדָ֔ה וַיַּֽעַמְד֖וּ לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 6 וַיֹּ֣אמֶר מֹשֶׁ֔ה זֶ֧ה הַדָּבָ֛ר אֲשֶׁר־צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה תַּעֲשׂ֑וּ וְיֵרָ֥א אֲלֵיכֶ֖ם כְּב֥וֹד יְהוָֽה׃ 7 וַיֹּ֨אמֶר מֹשֶׁ֜ה אֶֽל־אַהֲרֹ֗ן קְרַ֤ב אֶל־הַמִּזְבֵּ֙חַ֙ וַעֲשֵׂ֞ה אֶת־חַטָּֽאתְךָ֙ וְאֶת־עֹ֣לָתֶ֔ךָ וְכַפֵּ֥ר בַּֽעַדְךָ֖ וּבְעַ֣ד הָעָ֑ם וַעֲשֵׂ֞ה אֶת־קָרְבַּ֤ן הָעָם֙ וְכַפֵּ֣ר בּֽ͏ַעֲדָ֔ם כַּאֲשֶׁ֖ר צִוָּ֥ה יְהוָֽה׃ 8 וַיִּקְרַ֥ב אַהֲרֹ֖ן אֶל־הַמִּזְבֵּ֑חַ וַיִּשְׁחַ֛ט אֶת־עֵ֥גֶל הַחַטָּ֖את אֲשֶׁר־לֽוֹ׃ 9 וַ֠יַּקְרִבוּ בְּנֵ֨י אַהֲרֹ֣ן אֶת־הַדָּם֮ אֵלָיו֒ וַיִּטְבֹּ֤ל אֶצְבָּעוֹ֙ בַּדָּ֔ם וַיִּתֵּ֖ן עַל־קַרְנ֣וֹת הַמִּזְבֵּ֑חַ וְאֶת־הַדָּ֣ם יָצַ֔ק אֶל־יְס֖וֹד הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 10 וְאֶת־הַחֵ֨לֶב וְאֶת־הַכְּלָיֹ֜ת וְאֶת־הַיֹּתֶ֤רֶת מִן־הַכָּבֵד֙ מִן־הַ֣חַטָּ֔את הִקְטִ֖יר הַמִּזְבֵּ֑חָה כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃ 11 וְאֶת־הַבָּשָׂ֖ר וְאֶת־הָע֑וֹר שָׂרַ֣ף בָּאֵ֔שׁ מִח֖וּץ לַֽמַּחֲנֶֽה׃ 12 וַיִּשְׁחַ֖ט אֶת־הָעֹלָ֑ה וַ֠יַּמְצִאוּ בְּנֵ֨י אַהֲרֹ֤ן אֵלָיו֙ אֶת־הַדָּ֔ם וַיִּזְרְקֵ֥הוּ עַל־הַמִּזְבֵּ֖חַ סָבִֽיב׃ 13 וְאֶת־הָעֹלָ֗ה הִמְצִ֧יאוּ אֵלָ֛יו לִנְתָחֶ֖יהָ וְאֶת־הָרֹ֑אשׁ וַיַּקְטֵ֖ר עַל־הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 14 וַיִּרְחַ֥ץ אֶת־הַקֶּ֖רֶב וְאֶת־הַכְּרָעָ֑יִם וַיַּקְטֵ֥ר עַל־הָעֹלָ֖ה הַמִּזְבֵּֽחָה׃ 15 וַיַּקְרֵ֕ב אֵ֖ת קָרְבַּ֣ן הָעָ֑ם וַיִּקַּ֞ח אֶת־שְׂעִ֤יר הַֽחַטָּאת֙ אֲשֶׁ֣ר לָעָ֔ם וַיִּשְׁחָטֵ֥הוּ וַֽיְחַטְּאֵ֖הוּ כָּרִאשֽׁוֹן׃ 16 וַיַּקְרֵ֖ב אֶת־הָעֹלָ֑ה וַֽיַּעֲשֶׂ֖הָ כַּמִּשְׁפָּֽט׃ 17 וַיַּקְרֵב֮ אֶת־הַמִּנְחָה֒ וַיְמַלֵּ֤א כַפּוֹ֙ מִמֶּ֔נָּה וַיַּקְטֵ֖ר עַל־הַמִּזְבֵּ֑חַ מִלְּבַ֖ד עֹלַ֥ת הַבֹּֽקֶר׃ 18 וַיִּשְׁחַ֤ט אֶת־הַשּׁוֹר֙ וְאֶת־הָאַ֔יִל זֶ֥בַח הַשְּׁלָמִ֖ים אֲשֶׁ֣ר לָעָ֑ם וַ֠יַּמְצִאוּ בְּנֵ֨י אַהֲרֹ֤ן אֶת־הַדָּם֙ אֵלָ֔יו וַיִּזְרְקֵ֥הוּ עַל־הַמִּזְבֵּ֖חַ סָבִֽיב׃ 19 וְאֶת־הַחֲלָבִ֖ים מִן־הַשּׁ֑וֹר וּמִן־הָאַ֔יִל הָֽאַלְיָ֤ה וְהַֽמְכַסֶּה֙ וְהַכְּלָיֹ֔ת וְיֹתֶ֖רֶת הַכָּבֵֽד׃ 20 וַיָּשִׂ֥ימוּ אֶת־הַחֲלָבִ֖ים עַל־הֶחָז֑וֹת וַיַּקְטֵ֥ר הַחֲלָבִ֖ים הַמִּזְבֵּֽחָה׃ 21 וְאֵ֣ת הֶחָז֗וֹת וְאֵת֙ שׁ֣וֹק הַיָּמִ֔ין הֵנִ֧יף אַהֲרֹ֛ן תְּנוּפָ֖ה לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה כַּאֲשֶׁ֖ר צִוָּ֥ה מֹשֶֽׁה׃ 22 וַיִּשָּׂ֨א אַהֲרֹ֧ן אֶת־ידו אֶל־הָעָ֖ם וַֽיְבָרְכֵ֑ם וַיֵּ֗רֶד מֵעֲשֹׂ֧ת הַֽחַטָּ֛את וְהָעֹלָ֖ה וְהַשְּׁלָמִֽים׃ 23 וַיָּבֹ֨א מֹשֶׁ֤ה וְאַהֲרֹן֙ אֶל־אֹ֣הֶל מוֹעֵ֔ד וַיֵּ֣צְא֔וּ וַֽיְבָרֲכ֖וּ אֶת־הָעָ֑ם וַיֵּרָ֥א כְבוֹד־יְהוָ֖ה אֶל־כָּל־הָעָֽם׃ 24 וַתֵּ֤צֵא אֵשׁ֙ מִלִּפְנֵ֣י יְהוָ֔ה וַתֹּ֙אכַל֙ עַל־הַמִּזְבֵּ֔חַ אֶת־הָעֹלָ֖ה וְאֶת־הַחֲלָבִ֑ים וַיַּ֤רְא כָּל־הָעָם֙ וַיָּרֹ֔נּוּ וַֽיִּפְּל֖וּ עַל־פְּנֵיהֶֽם׃