Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אין װאָסערע עס איז פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און ער װעט טאָן אײנע פֿון זײ, 3 איז, אױב דאָס װעט זינדיקן דער געזאַלבטער כֹּהן, צו דער פֿאַרשולדיקונג פֿון פֿאָלק, זאָל ער מקריבֿ זײַן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער צו גאָט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 4 און ער זאָל ברענגען דעם אָקס צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד פֿאַר גאָט, און זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס, און שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט. 5 און דער געזאַלבטער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און זאָל עס ברענגען צום אוֹהל-מוֹעד. 6 און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פֿינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל פֿאַר גאָט, פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת פֿון הײליקטום. 7 און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן װאָס פֿאַר גאָט אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט פֿון אָקס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 8 און דאָס גאַנצע פֿעטס פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער זאָל ער פֿון אים אַראָפּנעמען: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 9 און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען, 10 אַזױ װי עס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם אָקס פֿון פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער. 11 און דאָס פֿעל פֿון דעם אָקס, און דאָס גאַנצע פֿלײש זײַנס, מיט זײַן קאָפּ, און מיט זײַנע קני, און זײַנע אינגעװײד, און זײַן מיסט – 12 דעם גאַנצן אָקס זאָל ער אַרױסטראָגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט, װוּ מע שיט אױס די אַש, און אים פֿאַרברענען אױף האָלץ אין פֿײַער; װוּ מע שיט אױס די אַש זאָל ער פֿאַרברענט װערן.
13 און אױב די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל װעט פֿאַרזען, װײַל אַ זאַך װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון קהל, און זײ װעלן טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעלן זיך פֿאַרשולדיקן, 14 און זײ װעט באַװוּסט װערן די זינד װאָס זײ האָבן זיך דערמיט פֿאַרזינדיקט, זאָל קהל ברענגען אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און זײ זאָלן אים צוברענגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד. 15 און די עלטסטע פֿון דער עדה זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס פֿאַר גאָט, און מע זאָל שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט. 16 און דער געזאַלבטער כֹּהן זאָל ברענגען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס צום אוֹהל-מוֹעד. 17 און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן זיבן מאָל פֿאַר גאָט, פאָרנט פֿון פָּרוֹכֶת. 18 און ער זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח װאָס פֿאַר גאָט, װאָס אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 19 און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען פֿון אים, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. 20 און ער זאָל טאָן מיט דעם אָקס, אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער; גענױ אַזױ זאָל ער טאָן מיט אים; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף זײ, און זײ װעט פֿאַרגעבן װערן. 21 און ער זאָל אַרױסטראָגן דעם אָקס אױסן לאַגער, און אים פֿאַרברענען, אַזױ װי ער האָט פֿאַרברענט דעם פֿריערדיקן אָקס; אַ זינדאָפּפֿער פֿאַר קהל איז דאָס.
22 אַז אַ פֿירשט װעט זינדיקן, און װעט טאָן דורך אַ פֿאַרזע אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון יהוה זײַן גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 23 אױב אים װערט באַװוּסט זײַן זינד װאָס ער האָט זיך דערין פֿאַרזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבן אַ ציגנבאָק, אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. 24 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון באָק, און אים שעכטן אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. 25 און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט זײַן פינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; און דאָס איבעריקע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער. 26 און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
27 און אױב אַן אײנצלנער מענטש פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, מיט װאָס ער װעט טאָן אײנע פֿון די פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 28 אױב מע מאַכט אים װיסן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבן אַ ציג אָן אַ פֿעלער, אַ זי, פֿאַר דער זינד װאָס ער האָט געזינדיקט. 29 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם זינדאָפּפֿער, און שעכטן דאָס זינדאָפּפֿער אין דעם אָרט פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער. 30 און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון זײַן בלוט מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. 31 און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
32 און אױב אַ שעפּס װעט ער ברענגען זײַן קָרבן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, זאָל ער ברענגען אַ זי אָן אַ פֿעלער. 33 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זינדאָפּפֿער, און זאָל עס שעכטן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. 34 און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. 35 און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון שעפּס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
עברית
1 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 2 דַּבֵּ֞ר אֶל־בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵל֘ לֵאמֹר֒ נֶ֗פֶשׁ כִּֽי־תֶחֱטָ֤א בִשְׁגָגָה֙ מִכֹּל֙ מִצְוֺ֣ת יְהוָ֔ה אֲשֶׁ֖ר לֹ֣א תֵעָשֶׂ֑ינָה וְעָשָׂ֕ה מֵאַחַ֖ת מֵהֵֽנָּה׃ 3 אִ֣ם הַכֹּהֵ֧ן הַמָּשִׁ֛יחַ יֶחֱטָ֖א לְאַשְׁמַ֣ת הָעָ֑ם וְהִקְרִ֡יב עַ֣ל חַטָּאתוֹ֩ אֲשֶׁ֨ר חָטָ֜א פַּ֣ר בֶּן־בָּקָ֥ר תָּמִ֛ים לַיהוָ֖ה לְחַטָּֽאת׃ 4 וְהֵבִ֣יא אֶת־הַפָּ֗ר אֶל־פֶּ֛תַח אֹ֥הֶל מוֹעֵ֖ד לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה וְסָמַ֤ךְ אֶת־יָדוֹ֙ עַל־רֹ֣אשׁ הַפָּ֔ר וְשָׁחַ֥ט אֶת־הַפָּ֖ר לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 5 וְלָקַ֛ח הַכֹּהֵ֥ן הַמָּשִׁ֖יחַ מִדַּ֣ם הַפָּ֑ר וְהֵבִ֥יא אֹת֖וֹ אֶל־אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 6 וְטָבַ֧ל הַכֹּהֵ֛ן אֶת־אֶצְבָּע֖וֹ בַּדָּ֑ם וְהִזָּ֨ה מִן־הַדָּ֜ם שֶׁ֤בַע פְּעָמִים֙ לִפְנֵ֣י יְהוָ֔ה אֶת־פְּנֵ֖י פָּרֹ֥כֶת הַקֹּֽדֶשׁ׃ 7 וְנָתַן֩ הַכֹּהֵ֨ן מִן־הַדָּ֜ם עַל־קַ֠רְנוֹת מִזְבַּ֨ח קְטֹ֤רֶת הַסַּמִּים֙ לִפְנֵ֣י יְהוָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּאֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד וְאֵ֣ת כָּל־דַּ֣ם הַפָּ֗ר יִשְׁפֹּךְ֙ אֶל־יְסוֹד֙ מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֔ה אֲשֶׁר־פֶּ֖תַח אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 8 וְאֶת־כָּל־חֵ֛לֶב פַּ֥ר הַֽחַטָּ֖את יָרִ֣ים מִמֶּ֑נּוּ אֶת־הַחֵ֙לֶב֙ הַֽמְכַסֶּ֣ה עַל־הַקֶּ֔רֶב וְאֵת֙ כָּל־הַחֵ֔לֶב אֲשֶׁ֖ר עַל־הַקֶּֽרֶב׃ 9 וְאֵת֙ שְׁתֵּ֣י הַכְּלָיֹ֔ת וְאֶת־הַחֵ֙לֶב֙ אֲשֶׁ֣ר עֲלֵיהֶ֔ן אֲשֶׁ֖ר עַל־הַכְּסָלִ֑ים וְאֶת־הַיֹּתֶ֙רֶת֙ עַל־הַכָּבֵ֔ד עַל־הַכְּלָי֖וֹת יְסִירֶֽנָּה׃ 10 כַּאֲשֶׁ֣ר יוּרַ֔ם מִשּׁ֖וֹר זֶ֣בַח הַשְּׁלָמִ֑ים וְהִקְטִירָם֙ הַכֹּהֵ֔ן עַ֖ל מִזְבַּ֥ח הָעֹלָֽה׃ 11 וְאֶת־ע֤וֹר הַפָּר֙ וְאֶת־כָּל־בְּשָׂר֔וֹ עַל־רֹאשׁ֖וֹ וְעַל־כְּרָעָ֑יו וְקִרְבּ֖וֹ וּפִרְשֽׁוֹ׃ 12 וְהוֹצִ֣יא אֶת־כָּל־הַ֠פָּר אֶל־מִח֨וּץ לַֽמַּחֲנֶ֜ה אֶל־מָק֤וֹם טָהוֹר֙ אֶל־שֶׁ֣פֶךְ הַדֶּ֔שֶׁן וְשָׂרַ֥ף אֹת֛וֹ עַל־עֵצִ֖ים בָּאֵ֑שׁ עַל־שֶׁ֥פֶךְ הַדֶּ֖שֶׁן יִשָּׂרֵֽף׃   פ
13 וְאִ֨ם כָּל־עֲדַ֤ת יִשְׂרָאֵל֙ יִשְׁגּ֔וּ וְנֶעְלַ֣ם דָּבָ֔ר מֵעֵינֵ֖י הַקָּהָ֑ל וְ֠עָשׂוּ אַחַ֨ת מִכָּל־מִצְוֺ֧ת יְהוָ֛ה אֲשֶׁ֥ר לֹא־תֵעָשֶׂ֖ינָה וְאָשֵֽׁמוּ׃ 14 וְנֽוֹדְעָה֙ הַֽחַטָּ֔את אֲשֶׁ֥ר חָטְא֖וּ עָלֶ֑יהָ וְהִקְרִ֨יבוּ הַקָּהָ֜ל פַּ֤ר בֶּן־בָּקָר֙ לְחַטָּ֔את וְהֵבִ֣יאוּ אֹת֔וֹ לִפְנֵ֖י אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 15 וְ֠סָמְכוּ זִקְנֵ֨י הָעֵדָ֧ה אֶת־יְדֵיהֶ֛ם עַל־רֹ֥אשׁ הַפָּ֖ר לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה וְשָׁחַ֥ט אֶת־הַפָּ֖ר לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 16 וְהֵבִ֛יא הַכֹּהֵ֥ן הַמָּשִׁ֖יחַ מִדַּ֣ם הַפָּ֑ר אֶל־אֹ֖הֶל מוֹעֵֽד׃ 17 וְטָבַ֧ל הַכֹּהֵ֛ן אֶצְבָּע֖וֹ מִן־הַדָּ֑ם וְהִזָּ֞ה שֶׁ֤בַע פְּעָמִים֙ לִפְנֵ֣י יְהוָ֔ה אֵ֖ת פְּנֵ֥י הַפָּרֹֽכֶת׃ 18 וּמִן־הַדָּ֞ם יִתֵּ֣ן עַל־קַרְנֹ֣ת הַמִּזְבֵּ֗חַ אֲשֶׁר֙ לִפְנֵ֣י יְהוָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּאֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד וְאֵ֣ת כָּל־הַדָּ֗ם יִשְׁפֹּךְ֙ אֶל־יְסוֹד֙ מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֔ה אֲשֶׁר־פֶּ֖תַח אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 19 וְאֵ֥ת כָּל־חֶלְבּ֖וֹ יָרִ֣ים מִמֶּ֑נּוּ וְהִקְטִ֖יר הַמִּזְבֵּֽחָה׃ 20 וְעָשָׂ֣ה לַפָּ֔ר כַּאֲשֶׁ֤ר עָשָׂה֙ לְפַ֣ר הַֽחַטָּ֔את כֵּ֖ן יַעֲשֶׂה־לּ֑וֹ וְכִפֶּ֧ר עֲלֵהֶ֛ם הַכֹּהֵ֖ן וְנִסְלַ֥ח לָהֶֽם׃ 21 וְהוֹצִ֣יא אֶת־הַפָּ֗ר אֶל־מִחוּץ֙ לַֽמַּחֲנֶ֔ה וְשָׂרַ֣ף אֹת֔וֹ כַּאֲשֶׁ֣ר שָׂרַ֔ף אֵ֖ת הַפָּ֣ר הָרִאשׁ֑וֹן חַטַּ֥את הַקָּהָ֖ל הֽוּא׃   פ
22 אֲשֶׁ֥ר נָשִׂ֖יא יֶֽחֱטָ֑א וְעָשָׂ֡ה אַחַ֣ת מִכָּל־מִצְוֺת֩ יְהוָ֨ה אֱלֹהָ֜יו אֲשֶׁ֧ר לֹא־תֵעָשֶׂ֛ינָה בִּשְׁגָגָ֖ה וְאָשֵֽׁם׃ 23 אֽוֹ־הוֹדַ֤ע אֵלָיו֙ חַטָּאת֔וֹ אֲשֶׁ֥ר חָטָ֖א בָּ֑הּ וְהֵבִ֧יא אֶת־קָרְבָּנ֛וֹ שְׂעִ֥יר עִזִּ֖ים זָכָ֥ר תָּמִֽים׃ 24 וְסָמַ֤ךְ יָדוֹ֙ עַל־רֹ֣אשׁ הַשָּׂעִ֔יר וְשָׁחַ֣ט אֹת֔וֹ בִּמְק֛וֹם אֲשֶׁר־יִשְׁחַ֥ט אֶת־הָעֹלָ֖ה לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה חַטָּ֖את הֽוּא׃ 25 וְלָקַ֨ח הַכֹּהֵ֜ן מִדַּ֤ם הַֽחַטָּאת֙ בְּאֶצְבָּע֔וֹ וְנָתַ֕ן עַל־קַרְנֹ֖ת מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֑ה וְאֶת־דָּמ֣וֹ יִשְׁפֹּ֔ךְ אֶל־יְס֖וֹד מִזְבַּ֥ח הָעֹלָֽה׃ 26 וְאֶת־כָּל־חֶלְבּוֹ֙ יַקְטִ֣יר הַמִּזְבֵּ֔חָה כְּחֵ֖לֶב זֶ֣בַח הַשְּׁלָמִ֑ים וְכִפֶּ֨ר עָלָ֧יו הַכֹּהֵ֛ן מֵחַטָּאת֖וֹ וְנִסְלַ֥ח לֽוֹ׃   פ
27 וְאִם־נֶ֧פֶשׁ אַחַ֛ת תֶּחֱטָ֥א בִשְׁגָגָ֖ה מֵעַ֣ם הָאָ֑רֶץ בַּ֠עֲשֹׂתָהּ אַחַ֨ת מִמִּצְוֺ֧ת יְהוָ֛ה אֲשֶׁ֥ר לֹא־תֵעָשֶׂ֖ינָה וְאָשֵֽׁם׃ 28 א֚וֹ הוֹדַ֣ע אֵלָ֔יו חַטָּאת֖וֹ אֲשֶׁ֣ר חָטָ֑א וְהֵבִ֨יא קָרְבָּנ֜וֹ שְׂעִירַ֤ת עִזִּים֙ תְּמִימָ֣ה נְקֵבָ֔ה עַל־חַטָּאת֖וֹ אֲשֶׁ֥ר חָטָֽא׃ 29 וְסָמַךְ֙ אֶת־יָד֔וֹ עַ֖ל רֹ֣אשׁ הַֽחַטָּ֑את וְשָׁחַט֙ אֶת־הַ֣חַטָּ֔את בִּמְק֖וֹם הָעֹלָֽה׃ 30 וְלָקַ֨ח הַכֹּהֵ֤ן מִדָּמָהּ֙ בְּאֶצְבָּע֔וֹ וְנָתַ֕ן עַל־קַרְנֹ֖ת מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֑ה וְאֶת־כָּל־דָּמָ֣הּ יִשְׁפֹּ֔ךְ אֶל־יְס֖וֹד הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 31 וְאֶת־כָּל־חֶלְבָּ֣הּ יָסִ֗יר כַּאֲשֶׁ֨ר הוּסַ֣ר חֵלֶב֮ מֵעַ֣ל זֶ֣בַח הַשְּׁלָמִים֒ וְהִקְטִ֤יר הַכֹּהֵן֙ הַמִּזְבֵּ֔חָה לְרֵ֥יחַ נִיחֹ֖חַ לַיהוָ֑ה וְכִפֶּ֥ר עָלָ֛יו הַכֹּהֵ֖ן וְנִסְלַ֥ח לֽוֹ׃   פ
32 וְאִם־כֶּ֛בֶשׂ יָבִ֥יא קָרְבָּנ֖וֹ לְחַטָּ֑את נְקֵבָ֥ה תְמִימָ֖ה יְבִיאֶֽנָּה׃ 33 וְסָמַךְ֙ אֶת־יָד֔וֹ עַ֖ל רֹ֣אשׁ הַֽחַטָּ֑את וְשָׁחַ֤ט אֹתָהּ֙ לְחַטָּ֔את בִּמְק֕וֹם אֲשֶׁ֥ר יִשְׁחַ֖ט אֶת־הָעֹלָֽה׃ 34 וְלָקַ֨ח הַכֹּהֵ֜ן מִדַּ֤ם הַֽחַטָּאת֙ בְּאֶצְבָּע֔וֹ וְנָתַ֕ן עַל־קַרְנֹ֖ת מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֑ה וְאֶת־כָּל־דָּמָ֣הּ יִשְׁפֹּ֔ךְ אֶל־יְס֖וֹד הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 35 וְאֶת־כָּל־חֶלְבָּ֣ה יָסִ֗יר כַּאֲשֶׁ֨ר יוּסַ֥ר חֵֽלֶב־הַכֶּשֶׂב֮ מִזֶּ֣בַח הַשְּׁלָמִים֒ וְהִקְטִ֨יר הַכֹּהֵ֤ן אֹתָם֙ הַמִּזְבֵּ֔חָה עַ֖ל אִשֵּׁ֣י יְהוָ֑ה וְכִפֶּ֨ר עָלָ֧יו הַכֹּהֵ֛ן עַל־חַטָּאת֥וֹ אֲשֶׁר־חָטָ֖א וְנִסְלַ֥ח לֽוֹ׃   פ