אידיש
1
און אױב אַ פֿרידאָפּפֿער איז זײַן קָרבן, אױב ער ברענגט פֿון רינדער, סײַ אַ זָכר, סײַ אַ נקבה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען פֿאַר גאָט.
2
און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבן, און אים שעכטן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.
3
און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד,
4
און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען.
5
און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן עס דעמפֿן אױפֿן מזבח איבער דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס אױפֿן האָלץ װאָס איבערן פֿײַער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
6
און אױב פֿון קלײנפֿי איז זײַן קָרבן פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען.
7
אױב אַ שעפּס ברענגט ער פֿאַר זײַן קָרבן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר גאָט.
8
און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבן, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.
9
און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, זײַן פֿעטס, דעם גאַנצן װײדל – לעבן דעם רוקנבײן זאָל ער אים אַראָפּנעמען – און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד,
10
און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען
11
און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט.
12
און אױב אַ ציג איז זײַן קָרבן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר גאָט.
13
און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױף זײַן קאָפּ, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.
14
און ער זאָל גענענען דערפֿון זײַן קָרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד,
15
און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען.
16
און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו גאָט.
17
אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע אײַערע װוינערטער: קײן חֵלבֿ און קײן בלוט זאָלט איר ניט עסן.