אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַז זײ זאָלן זיך האַלטן אָפּגעשײדט פֿון די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ הײליקן צו מיר, און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען: איך בין יהוה.
3
זאָג צו זײ: איטלעכער מאַן פֿון אַל אײַער זאָמען אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות װאָס װעט גענענען צו די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל װעלן הײליקן צו גאָט, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר: איך בין יהוה.
4
יעטװעדער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן װאָס איז אַ מצוֹרע אָדער אַ פֿלוסיקער, טאָר פֿון די הײליקע זאַכן ניט עסן, ביז ער װעט רײן װערן. און דער װאָס רירט זיך אָן אָן עמיצן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן; אָדער אַ מאַן װאָס פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען;
5
אָדער אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן װאָסער עס איז שרץ װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, אָדער אָן אַ מענטשן װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז –
6
דער מענטש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײ, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און ער זאָל ניט עסן פֿון די הײליקע זאַכן, סײַדן ער האָט געבאָדן זײַן לײַב אין װאַסער.
7
און אַז די זון װעט אונטערגײן, זאָל ער זײַן רײן, און דערנאָך מעג ער עסן פֿון די הײליקע זאַכן, װאָרום דאָס איז זײַן ברױט.
8
געפאַלנס און פֿאַרצוקטס זאָל ער ניט עסן, צו װערן אומרײן דערמיט: איך בין יהוה.
9
און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג, כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן װעגן דעם אַ זינד און שטאַרבן דורך דעם, אַז זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן: איך יהוה הײליק זײ.
10
און קײן פֿרעמדער טאָר ניט עסן הײליקס; אַ װוינער בײַ אַ כֹּהן, אָדער אַ געדונגענער, טאָר ניט עסן הײליקס.
11
און אַז אַ כֹּהן װעט קױפֿן עמיצן אין אײַנקױף פֿאַר זײַן געלט, מעג ער עסן דערפֿון; און די װאָס זײַנען געבאָרן אין זײַן הױז, זײ מעגן עסן פֿון זײַן ברױט.
12
און די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן אַז זי װעט נעמען אַ מאַן אַ פֿרעמדן, טאָר זי פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג ניט עסן.
13
אָבער די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן, אַז זי װעט װערן אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, און קײן קינדער האָט זי ניט, און זי װעט זיך אומקערן צו איר פֿאָטערס הױז אַזױ װי אין איר יוגנט, מעג זי עסן פֿון איר פֿאָטערס ברױט; אָבער קײן פֿרעמדער טאָר דערפֿון ניט עסן.
14
און אַז עמיצער װעט עסן הײליקס דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל דערפֿון, און אָפּצאָלן דאָס הײליקע צום כֹּהן.
15
און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ שײדן אָפּ צו גאָט,
16
און זײ מאַכן טראָגן אַ זינד פֿון פֿאַרשולדיקונג, אַז זײ װעלן עסן זײערע הײליקע זאַכן; װאָרום איך יהוה הײליק זײ.
17
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
18
רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן אין ישׂראל, װעט ברענגען זײַן קָרבן, פֿון אַלע זײערע נדרים, אָדער פֿון אַלע זײערע פֿרײַװיליקע גאָבן, װאָס זײ װעלן ברענגען צו גאָט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער,
19
כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן, מוז עס זײַן אַ זָכר אָן אַ פֿעלער, פֿון רינדער, פֿון שעפּסן, אָדער פֿון ציגן.
20
קײנס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום זאָלט איר ניט ברענגען, װאָרום עס װעט אײַך ניט זײַן צו באַװיליקונג.
21
און אַז אַ מאַן װעט ברענגען אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרײַװיליקער גאָב, פֿון רינדער, אָדער פֿון שאָף, מוז עס זײַן ניט געפֿעלערט, כּדי באַװיליקט צו װערן; קײן מום זאָל אין אים ניט זײַן.
22
אַ בלינדס, אָדער אַ געשעדיקטס, אָדער אַ פֿאַרקריפּלטס, אָדער מיט אַ גוז, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פײַכטע קרעץ – די דאָזיקע זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט, און ניט מאַכן פֿון זײ אַ פֿײַעראָפּפֿער אױפֿן מזבח צו גאָט.
23
און אַן אָקס אָדער אַ לאַם מיט אײן גליד צו לאַנג אָדער צו קורץ, דאָס מעגסטו מאַכן אַ פֿרײַװיליקע גאָב, אָבער פֿאַר אַ נדר װעט עס ניט באַװיליקט װערן.
24
און אַזאַ װאָס זײַנע געשלעכטגלידער זײַנען צעדריקט, אָדער צעהאַקט, אָדער אָנגעריסן, אָדער אױסגעשניטן, זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט; און איר זאָלט אין אײַער לאַנד ניט מאַכן אַזױ-װאָס.
25
אַפֿילו פֿון דער האַנט פֿון אַ פֿרעמדן זאָלט איר ניט ברענגען די שפּײַז פֿון אײַער גאָט פֿון אַלע די דאָזיקע, װאָרום זײער פֿאַרדאַרבונג איז אין זײ, אַ מום איז אין זײ; זײ װעלן ניט באַװיליקט װערן פֿון אײַך.
26
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
27
אַ רינד, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אַז עס װעט געבאָרן װערן, זאָל עס זיבן טעג זײַן אונטער זײַן מוטער, און פֿון אַכטן טאָג אָן און װײַטער װעט עס באַװיליקט װערן פֿאַר אַ קָרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט.
28
און אַ רינד צי אַ שאָף, זאָלט איר עס ניט שעכטן אין אײן טאָג מיט זײַן קינד.
29
און אַז איר װעט שלאַכטן אַ דאַנקאָפּפֿער צו גאָט, זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן.
30
אין דעם אײגענעם טאָג זאָל עס געגעסן װערן; איר זאָלט ניט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי: איך בין יהוה.
31
און איר זאָלט היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן: איך בין יהוה.
32
און איר זאָלט ניט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען, כּדי איך זאָל זײַן געהײליקט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל: איך בין יהוה װאָס הײליקט אײַך;
33
דער װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַים, אײַך צו זײַן צום גאָט: איך בין יהוה.