אידיש
1
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו די כֹּהנים, די זין פֿון אַהרֹנען, און זאָלסט זאָגן צו זײ: קײנער זאָל זיך ניט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן זײַן פֿאָלק;
2
סײַדן אָן זײַנעם אַ לײַב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים, אָן זײַן מוטער, און אָן זײַן פֿאָטער, און אָן זײַן זון, און אָן זײַן טאָכטער, און אָן זײַן ברודער;
3
און אָן זײַן שװעסטער אַ יונגפֿרױ, װאָס איז נאָנט צו אים, װאָס האָט נאָך ניט געהאַט אַ מאַן – אָן איר מעג ער זיך פֿאַראומרײניקן.
4
דער האַר צװישן זײַן פֿאָלק טאָר זיך ניט פֿאַראומרײניקן זיך צו פֿאַרשװעכן.
5
זײ זאָלן ניט מאַכן אַ פּליך אױף זײער קאָפּ, און די ברעגן פֿון זײער באָרד זאָלן זײ ניט אָפּגאָלן, און אױף זײער לײַב זאָלן זײ ניט אײַנשנײַדן אַן אײַנשנײַדונג.
6
הײליק זאָלן זײ זײַן צו זײער גאָט, און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון זײער גאָט, װאָרום די פֿײַעראָפּפֿער פֿון יהוה, די שפּײַז פֿון זײער גאָט, זײַנען זײ מקריבֿ, דרום מוזן זײ זײַן הײליק.
7
אַ װײַב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ ניט נעמען, און אַ װײַב געגֶט פֿון איר מאַן זאָלן זײ ניט נעמען; װאָרום ער איז הײליק צו זײַן גאָט.
8
און זאָלסט אים האַלטן הײליק, װאָרום די שפּײַז פֿון דײַן גאָט איז ער מקריבֿ; הײליק זאָל ער דיר זײַן, װאָרום הײליק בין איך יהוה, װאָס הײליק אײַך.
9
און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כֹּהן, אַז זי װעט זיך פֿאַרשװעכן מזַנה צו זײַן, פֿאַרשװעכט זי איר פֿאָטער; אין פֿײַער זאָל זי פֿאַרברענט װערן.
10
און דער כֹּהן װאָס איז דער גרעסטער פֿון זײַנע ברידער, װאָס אױף זײַן קאָפּ איז אַרױפֿגעגאָסן געװאָרן דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און מע האָט דערפֿילט זײַן האַנט אָנצוטאָן די קלײדער, זאָל ניט לאָזן פֿאַרװאַקסן זײַן קאָפּ, און ניט אײַנרײַסן זײַנע קלײדער;
11
און צו קײן לײַב פֿון אַ מת זאָל ער ניט צוגײן; אַפֿילו אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן.
12
און פֿון הײליקטום זאָל ער ניט אַרױסגײן, און ניט פֿאַרשװעכן דאָס הײליקטום פֿון זײַן גאָט, װאָרום די קרױן פֿון דעם אײל פֿון גאָטס זאַלבונג איז אױף אים: איך בין יהוה.
13
און אַ װײַב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער נעמען.
14
אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, אָדער אַ פֿאַרשװעכטע, אַ זוֹנה, די דאָזיקע זאָל ער ניט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון זײַן פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װײַב.
15
און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן זײַן זאָמען צװישן זײַן פֿאָלק, װאָרום איך יהוה הײליק אים.
16
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
17
רעד צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איטלעכער פֿון דײַן זאָמען אױף זײערע דוֹר-דוֹרות, װאָס אין אים װעט זײַן אַ מום, זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן גאָט.
18
װאָרום איטלעכער מאַן װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, טאָר ניט גענענען: אַ מאַן אַ בלינדער, אָדער אַ הינקעדיקער, אָדער מיט אַן אײַנגעפאַלענער נאָז, אָדער מיט אײן גליד צו לאַנג,
19
אָדער אַ מאַן װאָס בײַ אים װעט זײַן צעבראָכן אַ פוס, אָדער צעבראָכן אַ האַנט,
20
אָדער אַ הױקער, אָדער אַ קאַרליק, אָדער מיט אַ בעלם אױף זײַן אױג, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פײַכטע קרעץ, אָדער אַ געבריכטער.
21
איטלעכער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן דעם כֹּהן, װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַ מום איז דאָ אין אים, טאָר ער ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן גאָט.
22
די שפּײַז פֿון זײַן גאָט, פֿון הײליקסטן הײליקן אַזױ װי פֿון הײליקן, מעג ער עסן.
23
אָבער צום פָּרוֹכֶת טאָר ער ניט קומען, און צום מזבח טאָר ער ניט גענענען, װײַל אַ מום איז דאָ אין אים; און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן מײַנע הײליקײטן, װאָרום איך יהוה הײליק זײ.
24
און משה האָט דאָס גערעדט צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל.