Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער צו גאָט, זאָל זײַן קָרבן זײַן פֿון זעמלמעל, און ער זאָל אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרױך. 2 און ער זאָל עס ברענגען צו די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון זײַן פֿולן הױפֿן – פֿון זײַן זעמלמעל, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרױך, און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. 3 און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט. 4 און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער געבאַקן אין אַן אױװן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל, אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל. 5 און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אױף אַ באַקפֿאַן איז דײַן קָרבן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אומגעזײַערט. 6 זאָלסט עס צעבראָקן אין בראָקן, אן אַרױפֿגיסן דערױף אײל; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס. 7 און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אין אַ בראָטפֿאַן איז דײַן קָרבן, זאָל עס געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל. 8 און זאָלסט ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געמאַכט פֿון די דאָזיקע, צו גאָט; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כֹּהן, און ער זאָל עס גענענען צום מזבח. 9 און דער כֹּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. 10 און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט. 11 קײן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איר װעט ברענגען צו גאָט, זאָל ניט געמאַכט װערן פֿון חמץ, װאָרום פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר ניט דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. 12 פֿאַר אַ גאָב פֿון ערשטפֿרוכט מעגט איר זײ ברענגען צו גאָט, אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ ניט אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח. 13 און דײַן איטלעך שפּײַזאָפּפֿער זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן, און זאָלסט ניט אױסלאָזן פֿון דײַן שפּײַזאָפּפֿער דאָס זאַלץ פֿון דײַן גאָטס בונד; מיט דײַן איטלעכן קָרבן זאָלסטו מקריבֿ זײַן זאַלץ. 14 און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון ערשטצײַטיקע צו גאָט, זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿײַער, גריץ פֿון פֿרישע קערנער, פֿאַר דעם שפּײַזאָפּפֿער פֿון דײַנע ערשטצײַטיקע. 15 און זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרױך; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס. 16 און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג, פֿון זײַן גריץ, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרױך, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט.
עברית
1 וְנֶ֗פֶשׁ כִּֽי־תַקְרִ֞יב קָרְבַּ֤ן מִנְחָה֙ לַֽיהוָ֔ה סֹ֖לֶת יִהְיֶ֣ה קָרְבָּנ֑וֹ וְיָצַ֤ק עָלֶ֙יהָ֙ שֶׁ֔מֶן וְנָתַ֥ן עָלֶ֖יהָ לְבֹנָֽה׃ 2 וֽ͏ֶהֱבִיאָ֗הּ אֶל־בְּנֵ֣י אַהֲרֹן֮ הַכֹּהֲנִים֒ וְקָמַ֨ץ מִשָּׁ֜ם מְלֹ֣א קֻמְצ֗וֹ מִסָּלְתָּהּ֙ וּמִשַּׁמְנָ֔הּ עַ֖ל כָּל־לְבֹנָתָ֑הּ וְהִקְטִ֨יר הַכֹּהֵ֜ן אֶת־אַזְכָּרָתָהּ֙ הַמִּזְבֵּ֔חָה אִשֵּׁ֛ה רֵ֥יחַ נִיחֹ֖חַ לַיהוָֽה׃ 3 וְהַנּוֹתֶ֙רֶת֙ מִן־הַמִּנְחָ֔ה לְאַהֲרֹ֖ן וּלְבָנָ֑יו קֹ֥דֶשׁ קָֽדָשִׁ֖ים מֵאִשֵּׁ֥י יְהוָֽה׃   ס 4 וְכִ֥י תַקְרִ֛ב קָרְבַּ֥ן מִנְחָ֖ה מַאֲפֵ֣ה תַנּ֑וּר סֹ֣לֶת חַלּ֤וֹת מַצֹּת֙ בְּלוּלֹ֣ת בַּשֶּׁ֔מֶן וּרְקִיקֵ֥י מַצּ֖וֹת מְשֻׁחִ֥ים בַּשָּֽׁמֶן׃   ס 5 וְאִם־מִנְחָ֥ה עַל־הַֽמַּחֲבַ֖ת קָרְבָּנֶ֑ךָ סֹ֛לֶת בְּלוּלָ֥ה בַשֶּׁ֖מֶן מַצָּ֥ה תִהְיֶֽה׃ 6 פָּת֤וֹת אֹתָהּ֙ פִּתִּ֔ים וְיָצַקְתָּ֥ עָלֶ֖יהָ שָׁ֑מֶן מִנְחָ֖ה הִֽוא׃   ס 7 וְאִם־מִנְחַ֥ת מַרְחֶ֖שֶׁת קָרְבָּנֶ֑ךָ סֹ֥לֶת בַּשֶּׁ֖מֶן תֵּעָשֶֽׂה׃ 8 וְהֵבֵאתָ֣ אֶת־הַמִּנְחָ֗ה אֲשֶׁ֧ר יֵעָשֶׂ֛ה מֵאֵ֖לֶּה לַיהוָ֑ה וְהִקְרִיבָהּ֙ אֶל־הַכֹּהֵ֔ן וְהִגִּישָׁ֖הּ אֶל־הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 9 וְהֵרִ֨ים הַכֹּהֵ֤ן מִן־הַמִּנְחָה֙ אֶת־אַזְכָּ֣רָתָ֔הּ וְהִקְטִ֖יר הַמִּזְבֵּ֑חָה אִשֵּׁ֛ה רֵ֥יחַ נִיחֹ֖חַ לַיהוָֽה׃ 10 וְהַנּוֹתֶ֙רֶת֙ מִן־הַמִּנְחָ֔ה לְאַהֲרֹ֖ן וּלְבָנָ֑יו קֹ֥דֶשׁ קֽ͏ָדָשִׁ֖ים מֵאִשֵּׁ֥י יְהוָֽה׃ 11 כָּל־הַמִּנְחָ֗ה אֲשֶׁ֤ר תַּקְרִ֙יבוּ֙ לַיהוָ֔ה לֹ֥א תֵעָשֶׂ֖ה חָמֵ֑ץ כִּ֤י כָל־שְׂאֹר֙ וְכָל־דְּבַ֔שׁ לֹֽא־תַקְטִ֧ירוּ מִמֶּ֛נּוּ אִשֶּׁ֖ה לַֽיהוָֽה׃ 12 קָרְבַּ֥ן רֵאשִׁ֛ית תַּקְרִ֥יבוּ אֹתָ֖ם לַיהוָ֑ה וְאֶל־הַמִּזְבֵּ֥חַ לֹא־יַעֲל֖וּ לְרֵ֥יחַ נִיחֹֽחַ׃ 13 וְכָל־קָרְבַּ֣ן מִנְחָתְךָ֮ בַּמֶּ֣לַח תִּמְלָח֒ וְלֹ֣א תַשְׁבִּ֗ית מֶ֚לַח בְּרִ֣ית אֱלֹהֶ֔יךָ מֵעַ֖ל מִנְחָתֶ֑ךָ עַ֥ל כָּל־קָרְבָּנְךָ֖ תַּקְרִ֥יב מֶֽלַח׃   ס 14 וְאִם־תַּקְרִ֛יב מִנְחַ֥ת בִּכּוּרִ֖ים לַיהוָ֑ה אָבִ֞יב קָל֤וּי בָּאֵשׁ֙ גֶּ֣רֶשׂ כַּרְמֶ֔ל תַּקְרִ֕יב אֵ֖ת מִנְחַ֥ת בִּכּוּרֶֽיךָ׃ 15 וְנָתַתָּ֤ עָלֶ֙יהָ֙ שֶׁ֔מֶן וְשַׂמְתָּ֥ עָלֶ֖יהָ לְבֹנָ֑ה מִנְחָ֖ה הִֽוא׃ 16 וְהִקְטִ֨יר הַכֹּהֵ֜ן אֶת־אַזְכָּרָתָ֗הּ מִגִּרְשָׂהּ֙ וּמִשַּׁמְנָ֔הּ עַ֖ל כָּל־לְבֹנָתָ֑הּ אִשֶּׁ֖ה לַיהוָֽה׃   פ