אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט פֿון אַהרנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר גאָט, און זײַנען געשטאָרבן;
2
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל ניט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, פֿאַרן דעק װאָס איבערן אָרון, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן; װאָרום איך באַװײַז זיך אין װאָלקן איבערן דעק.
3
דערמיט זאָל אַהרן קומען אין הײליקטום: מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער.
4
אַ הײליק לײַנען העמדל זאָל ער אָנטאָן, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײַן לײַב, און מיט אַ לײַנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן, און מיט אַ לײַנענער הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער זײַנען דאָס, און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײ אָנטאָן.
5
און פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער.
6
און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט.
7
און ער זאָל נעמען די צװײ בעק, און זײ אַװעקשטעלן פֿאַר גאָט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
8
און אַהרן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גוֹרָלות, אײן גוֹרל פֿאַר יהוה, און אײן גוֹרל פֿאַר עַזָאזל.
9
און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל פֿאַר יהוה, און אים מאַכן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער.
10
און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל פֿאַר עַזאָזל, זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר גאָט, מכַפּר צו זײַן איבער אים, אים אַװעקצושיקן צו עַזאָזל אין מדבר.
11
און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט; און ער זאָל שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים.
12
און ער זאָל נעמען אַ פולע פֿײַערפאַן פֿײַערקױלן פֿון דעם מזבח, פֿון פֿאַר גאָט, און זײַנע פולע הױפנס דינעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און ברענגען אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת.
13
און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם װײַרױך אױפֿן פֿײַער פֿאַר גאָט, און דער װאָלקן פֿון דעם װײַרױך זאָל פֿאַרדעקן דעם דעק װאָס איבערן געזעץ, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן.
14
און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און שפּריצן מיט זײַן פינגער אױפֿן דעק צו מזרח; און פֿאַרן דעק זאָל ער שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל מיט זײַן פינגער.
15
און ער זאָל שעכטן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק, און ברענגען זײַן בלוט אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, און טאָן מיט זײַן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם בלוט פֿון אָקס, און עס שפּריצן אױפֿן דעק און פֿאַרן דעק.
16
און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס רוט בײַ זײ אין מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן.
17
און קײן מענטש זאָל ניט זײַן אין אוֹהל-מוֹעד, װען ער קומט מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, ביז ער גײט אַרױס. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך, און אױף זײַן הױזגעזינט, און אױף דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל.
18
און ער זאָל אַרױסגײן צום מזבח װאָס פֿאַר גאָט, און מכַפּר זײַן אױף אים; און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און פֿון דעם בלוט פֿון באָק, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום.
19
און ער זאָל שפּריצן אױף אים פֿון דעם בלוט מיט זײַן פינגער זיבן מאָל, און אים רײניקן, און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל.
20
און אַז ער װעט ענדיקן מכַפּר זײַן אױפֿן הײליקטום, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿן מזבח, זאָל ער מאַכן גענענען דעם לעבעדיקן באָק.
21
און אַהרן זאָל אָנלענען זײַנע בײדע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק, און זיך מתװדה זײַן איבער אים אױף אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם באָק, און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם מענטשן אין מדבר.
22
און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן אױף זיך אַלע זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם באָק אין דער מדבר.
23
און אַהרן זאָל אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, און אױסטאָן די לײַנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן בײַ זײַן אַרײַנגײן אין הײליקטום, און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן.
24
און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער אין אַ הײליקן אָרט, און אָנטאָן זײַנע קלײדער, און אַרױסגײן, און מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון פֿאָלק, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק.
25
און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח.
26
און דער װאָס באַלײט דעם באָק צו עַזָאזל, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער.
27
און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן, מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער, און פֿאַרברענען אין פֿײַער זײערע פֿעלן, און זײער פֿלײש, און זײער מיסט.
28
און דער װאָס פֿאַרברענט זײ, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער.
29
און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ: אין זיבעטן חוֹדש, אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָלט איר פּײַניקן אײַער זעל, און קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך.
30
װאָרום אין דעם דאָזיקן טאָג װעט מען מכַפּר זײַן אױף אײַך, אײַך צו רײניקן; פֿון אַלע אײַערע זינד װעט איר רײן װערן פֿאַר גאָט.
31
אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אַן אײביק געזעץ.
32
און דער כֹּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן, און װאָס מע װעט דערפֿילן זײַן האַנט צו זײַן אַ כֹּהן אױף זײַן פֿאָטערס אָרט, זאָל מכַפּר זײַן; און ער זאָל אָנטאָן די לײַנענע קלײדער, די הײליקע קלײדער.
33
און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן קָדשֵי-קדָשים, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד; אױך אױפֿן מזבח זאָל ער מכַפּר זײַן, און אױף די כֹּהנים, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון דער אײַנזאַמלונג זאָל ער מכַפּר זײַן.
34
און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ, מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון ישׂראל פֿון װעגן אַלע זײערע זינד, אײן מאָל אין יאָר. און ער האָט געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.