אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2
רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן, אַז ער װעט זײַן פֿלוסיק פֿון זײַן לײַב, איז זײַן פֿליסונג אומרײן.
3
און דאָס זאָל זײַן זײַן אומרײנקײט אין זײַן פֿליסונג: סײַ זײַן לײַב רינט מיט זײַן פֿליסונג, סײַ זײַן לײַב איז פֿאַרשטאָפּט פֿון זײַן פֿליסונג, איז דאָס זײַן אומרײנקײט.
4
איטלעך געלעגער װאָס דער פֿלוסיקער װעט דערױף ליגן, זאָל זײַן אומרײן, און איטלעכע זאַך װאָס ער װעט דערױף זיצן, זאָל זײַן אומרײן.
5
און אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
6
און דער װאָס זיצט אױף אַ זאַך װאָס דער פֿלוסיקער איז דערױף געזעסן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
7
און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם לײַב פֿון פֿלוסיקן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
8
און אַז דער פֿלוסיקער װעט אַרױפֿשפּײַען אױף אַ רײנעם, זאָל יענער װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
9
און יעטװעדער רײַטזאַך װאָס דער פֿלוסיקער װעט רײַטן דערױף, זאָל זײַן אומרײן.
10
און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן װאָס נאָר עס איז געװען אונטער אים, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט עס, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
11
און איטלעכער װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן אים אָנרירן, אַװוּ ער האָט ניט אָפּגעשװענקט זײַנע הענט אין װאַסער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
12
און אַ לײמענע כּלי װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן איר אָנרירן, זאָל צעבראָכן װערן; און יעטװעדער הילצערנע כּלי זאָל אָפּגעשװענקט װערן אין װאַסער.
13
און אַז דער פֿלוסיקער װעט רײן װערן פֿון זײַן פֿליסונג, זאָל ער זיך צײלן זיבן טעג פֿון זײַן רײן װערן, און װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין לעבעדיקע װאַסער, און זײַן רײן.
14
און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און ער זאָל קומען פֿאַר גאָט צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ געבן צום כֹּהן.
15
און דער כֹּהן זאָל זײ מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר גאָט פֿון װעגן זײַן פֿליסונג.
16
און אַ מאַן, אַז פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל ער באָדן אין װאַעסר זײַן גאַנצן לײַב, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
17
און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער פֿעל, װאָס דערױף װעט זײַן פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל געװאַשן װערן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
18
און אַ פֿרױ, אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זאָלן זײ זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
19
און אַ פֿרױ, אַז זי װעט זײַן פֿלוסיק – בלוט װעט זײַן איר פֿליסונג פֿון איר לײַב – זאָל זי זיבן טעג זײַן אין איר אָפּזונדערונג, און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן איר אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
20
און אַלץ װאָס זי װעט ליגן דערױף אין איר אָפּזונדערונג, זאָל זײַן אומרײן; און אַלץ װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן.
21
און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן איר געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
22
און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן עפּעס אַ זאַך װאָס זי זיצט דערױף, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
23
אַפֿילו אױב ער איז אױף דעם געלעגער אָדער אױף דער זאַך װאָס זי זיצט דערױף, װען ער רירט זיך אָן דעם אָן, זאָל ער נאָר זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
24
און אױב ליגן װעט ליגן מיט איר אַ מאַן, און איר אומרײניקײט װעט זײַן אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן זיבן טעג, און איטלעך געלעגער װאָס ער װעט ליגן דערױף, זאָל זײַן אומרײן.
25
און אַ פֿרױ, אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג, ניט אין דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, אָדער זי װעט זײַן פֿלוסיק איבער דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער פֿליסונג זײַן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז אומרײן.
26
איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון איר פֿליסונג, זאָל איר זײַן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג.
27
און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
28
און אַז זי װערט רײן פֿון איר פֿליסונג, זאָל זי זיך צײלן זיבן טעג, און דערנאָך זאָל זי זײַן רײן.
29
און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זי זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און זײ ברענגען צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
30
און דער כֹּהן זאָל מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר פֿאַר גאָט פֿון װעגן איר אומרײנער פֿליסונג.
31
און איר זאָלט אָפּשײדן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײער אומרײנקײט, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן דורך זײער אומרײנקײט, אַז זײ װעלן פֿאַראומרײניקן מײַן מִשכּן װאָס צװישן זײ.
32
דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿלוסיקן, און פֿון דעם װאָס פֿון אים גײט אַרױס אַ פֿלוס פֿון זאָמען, צו װערן אומרײן דורך דעם;
33
און פֿון דער קראַנקער אין איר אָפּזונדערונג, און פֿון דעם װאָס איז פֿלוסיק מיט אַ פֿליסונג, סײַ אַ מאַנספּאַרשוין, און סײַ אַ פֿרױ; און פֿון אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַן אומרײנער.