אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
דאָס זאָל זײַן דער דין פֿון מצוֹרע אין טאָג פֿון זײַן רײניקונג: ער זאָל געבראַכט װערן צום כֹּהן.
3
און דער כֹּהן זאָל אַרױסגײן אױסן לאַגער, און אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט די פּלאָג פֿון צרעת איז פֿאַרהײלט אױפֿן מצוֹרע,
4
זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל נעמען פֿאַר דעם װאָס רײניקט זיך צװײ לעבעדיקע רײנע פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און װערמילרױט, און אֵזוֹבֿ-גראָז.
5
און דער כֹּהן זאָל הײסן מע זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער.
6
דעם לעבעדיקן פֿױגל, אים זאָל ער נעמען, און דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס װערמילרױט, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען זײ און דעם לעבעדיקן פֿױגל אין דעם בלוט פֿון דעם פֿױגל װאָס איז געשאָכטן געװאָרן איבערן לעבעדיקן װאַסער.
7
און ער זאָל שפּריצן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון דער צרעת, זיבן מאָל, און אים מאַכן רײן; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױפֿן פֿרײַען פֿעלד.
8
און דער װאָס רײניקט זיך, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, און זיך באָדן אין װאַסער, און װערן רײן; און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער, אָבער ער זאָל זיצן דרױסן פֿון זײַן געצעלט זיבן טעג.
9
און עס זאָל זײַן אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, זײַן קאָפּ, און זײַן באָרד, און די ברעמען פֿון זײַנע אױגן – זײַנע גאַנצע האָר זאָל ער אָפּגאָלן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן רײן.
10
און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער נעמען צװײ שעפּסן אָן אַ פֿעלער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, און אײן לוֹג אײל.
11
און דער כֹּהן װאָס רײניקט, זאָל אַװעקשטעלן דעם מאַן װאָס רײניקט זיך, און זײ, פֿאַר גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
12
און דער כֹּהן זאָל נעמען אײן שעפּס און אים ברענגען פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער מיט דעם לוֹג אײל, און ער זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבוגן פֿאַר גאָט.
13
און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער, אין אַ הײליקן אָרט; װאָרום אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער איז דאָס שולדאָפּפֿער פֿאַרן כֹּהן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס.
14
און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס.
15
און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם לוֹג אײל, און אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן.
16
און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן רעכטן פינגער אין דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, און שפּריצן פֿון דעם אײל מיט זײַן פינגער זיבן מאָל פֿאַר גאָט.
17
און פֿון דעם רעשט אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך זאָל דער כֹּהן אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס, איבערן בלוט פֿון שולדאָפּפֿער.
18
און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר גאָט.
19
און דער כֹּהן זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער, און מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון זײַן אומרײניקײט; און דערנאָך זאָל ער שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער.
20
און דער כֹּהן זאָל אױסברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּײַזאָפּפֿער אױפֿן מזבח; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און ער װעט זײַן רײן.
21
און אױב ער איז אָרים, און זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט, זאָל ער נעמען אײן שעפּס, אַ שולדאָפּפֿער, פֿאַר אַן אױפֿהײבונג, מכַפּר צו זײַן אױף אים, און אײן צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, און אַ לוֹג אײל;
22
און צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, לױט װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײנע זאָל זײַן אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער.
23
און ער זאָל זײ ברענגען אױפֿן אַכטן טאָג פֿון זײַן רײניקונג צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר גאָט.
24
און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער, און דעם לוֹג אײל, און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט.
25
און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס.
26
און פֿון דעם אײל זאָל דער כֹּהן אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן.
27
און דער כֹּהן זאָל שפּריצן מיט זײַן רעכטן פינגער פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, זיבן מאָל פֿאַר גאָט.
28
און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס, אין דעם אָרט פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער.
29
און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, מכַפּר צו זײַן אױף אים פֿאַר גאָט.
30
און ער זאָל מאַכן אײנע פֿון די טורטלטױבן, אָדער פֿון די יונגע טױבן – פֿון װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט;
31
אַזױ װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט – אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, מיט דעם שפּײַזאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿאַר גאָט.
32
דאָס איז דער דין פֿון דעם װאָס אױף אים איז די פּלאָג פֿון צרעת, װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט בײַ זײַן רײניקונג.
33
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
34
אַז איר װעט קומען אין לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב אײַך צום אײגנטום, און איך װעל ברענגען אַ פּלאָג פֿון צרעת אין אַ הױז פֿון דעם לאַנד פֿון אײַער אײגנטום,
35
זאָל קומען דער װאָס דאָס הױז געהערט צו אים, און ער זאָל דערצײלן דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי אַן אױסשלאָג װײַזט מיר אױס אין הױז.
36
און דער כֹּהן זאָל הײסן מע זאָל אױסראַמען דאָס הױז אײדער דער כֹּהן װעט קומען באַקוקן דעם אױסשלאָג, כּדי אַלץ װאָס אין הױז זאָל ניט װערן אומרײן; און דערנאָך זאָל דער כֹּהן קומען באַקוקן דאָס הױז.
37
און אַז ער װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, ערשט דער אױסשלאָג אױף די װענט פֿון הױז איז גרינלעכע און רױטלעכע גריבלעך, און זײער אױסזען איז נידעריקער פֿון דער װאַנט,
38
זאָל דער כֹּהן אַרױסגײן פֿון הױז אין אײַנגאַנג פֿון הױז, און פֿאַרשליסן דאָס הױז אױף זיבן טעג.
39
און דער כֹּהן זאָל צוריקקומען אױפֿן זיבעטן טאָג, און אַז ער װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף די װענט פֿון הױז,
40
זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל אַרױסנעמען די שטײנער װאָס אױף זײ איז דער אױסשלאָג, און מע זאָל זײ אַװעקװאַרפֿן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט.
41
און דאָס הױז זאָל ער לאָזן אַרומהאַקן פֿון אינעװײניק רונד אַרום, און די לײם װאָס מע האַקט אױס, זאָל מען אױסשיטן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט.
42
און מע זאָל נעמען אַנדערע שטײנער, און אַרײַנשטעלן אױף דעם אָרט פֿון יענע שטײנער, און מע זאָל נעמען אַנדערע לײם, און פֿאַרקלעפּן דאָס הױז.
43
און אױב דער אױסשלאָג װעט װידער אױסברעכן אין הױז נאָכדעם װי מע האָט אַרױסגענומען די שטײנער, און נאָכן אַרומהאַקן דאָס הױז, און נאָכן פֿאַרקלעפּן,
44
און דער כֹּהן װעט קומען און זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין הױז, איז דאָס אַן עסיקע צרעת אין הױז; אומרײן איז דאָס.
45
און מע זאָל צעברעכן דאָס הױז, זײַנע שטײנער, און זײַן האָלץ, און די גאַנצע לײם פֿון הױז, און אַרױסטראָגן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט.
46
און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז אַלע טעג װאָס מע האַלט עס אָפּגעשלאָסן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
47
און דער װאָס ליגט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס עסט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער.
48
און אױב קומען װעט קועמן דער כֹּהן און װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אין הױז נאָכן פֿאַרקלעפּן דאָס הױז, זאָל דער כֹּהן מאַכן דאָס הױז פֿאַר רײן, װאָרום דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרהײלט.
49
און ער זאָל נעמען אױף צו רײניקן דאָס הױז, צװײ פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און װערמילרױט, און אֵזוֹבֿ-גראָז.
50
און ער זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער.
51
און ער זאָל נעמען דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און דאָס װערמילרױט, און דעם לעבעדיקן פֿױגל, און ער זאָל זײ אײַנטונקען אינעם בלוט פֿון דעם געשאָכטענעם פֿױגל, און אינעם לעבעדיקן װאַסער, און שפּריצן אױפֿן הױז זיבן מאָל.
52
און ער זאָל רײניקן דאָס הױז מיטן בלוט פֿון דעם פֿױגל, און מיטן לעבעדיקן װאַסער, און מיטן לעבעדיקן פֿױגל, און מיטן צעדערהאָלץ, און מיטן אֵזוֹבֿ-גראָז, און מיטן װערמילרױט.
53
און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױסן שטאָט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד; און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן הױז, און עס װעט זײַן רײן.
54
דאָס איז דער דין פֿאַר יעטװעדער פּלאָג פֿון צרעת, און פֿאַר שלעכטע קרעץ,
55
און פֿאַר צרעת פֿון אַ בגד, און פֿאַר אַ הױז,
56
און פֿאַר אַ געשװילעכץ, און פֿאַר אַ גרינד, און פֿאַר אַ פֿלעק;
57
כּדי צו לערנען װען עס איז אומרײן, און װען עס איז רײן. דאָס איז דער דין פֿון צרעת.