אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן.
3
און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל געמַלט װערן דאָס פֿלײש פֿון זײַן פאָרהױט.
4
און דרײַסיק טעג מיט דרײַ טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך זאָל זי זיך ניט אָנרירן, און אין הײליקטום זאָל זי ניט קומען, ביז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול.
5
אױב אָבער זי װעט געבערן אַ מײדל, זאָל זי זײַן אומרײן צװײ װאָכן, אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג, און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג.
6
און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל, זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ יונגע טױב, אָדער אַ טורטלטױב, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כֹּהן.
7
און ער זאָל עס מקריבֿ זײַן פֿאַר גאָט, און מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן פֿון איר בלוטקװאַל. דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל.
8
און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט ניט גענוג אױף אַ לאַם, זאָל זי נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן.