אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, זײ אַזױ צו זאָגן:
2
רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס זײַנען די לעבעדיקע זאַכן װאָס איר מעגט עסן פֿון אַלע בהמות װאָס אױף דער ערד.
3
איטלעכע װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, און די קלױען זײַנען בײַ איר צעשפּאָלטן, װאָס איז מַעֲלֵה-גֵרֶה צװישן בהמות, זי מעגט איר עסן.
4
אָבער די דאָזיקע טאָרט איר ניט עסן פֿון די װאָס זײַנען מַעֲלֵה-גֵרֶה, און פֿון די װאָס זײַנען באַקלױט מיט קלױען: דעם קעמל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך.
5
און דעם קיניגל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך.
6
און דעם האָז, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך.
7
און דעם חזיר, װײַל באַקלױט מיט קלױען איז ער, און די קלױען זײַנען בײַ אים צעשפּאָלטן, אָבער ער איז ניט מַעֲלֵה-גֵרֶה; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך.
8
פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר ניט עסן, און אָן זײער נבֿלה טאָרט איר זיך ניט אָנרירן; אומרײן זײַנען זײ פֿאַר אײַך.
9
די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער, אין די ימען און אין די טײַכן, זײ מעגט איר עסן.
10
און אַלץ װאָס האָט ניט פֿלוספֿעדערן און שופּן, אין די ימען און אין די טײַכן, פֿון אַלע װידמענונגען פֿון װאַסער, און פֿון אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס אין װאַסער, זײ זײַנען אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך.
11
און אַן אומװערדיקײט זאָלן זײ אײַך זײַן; פֿון זײער פֿלײש זאָלט איר ניט עסן, און זײער נבֿלה זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן.
12
אַלץ װאָס האָט ניט קײן פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער, דאָס איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך.
13
און די דאָזיקע זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן פֿון פֿױגלען; זײ טאָרן ניט געגעסן װערן; אַן אומװערדיקײט זײַנען זײ: דעם אָדלער, און דעם בײנברעכער, און דעם שװאַרצאָדלער;
14
און די װײ, און דעם פֿאַלקפֿױגל לױט זײַנע מינים;
15
יעטװעדער ראָב לױט זײַנע מינים;
16
און דעם שטרױספֿױגל, און דעם נאַכטשפּאַרבער, און דעם ים-פֿױגל, און דעם שפּאַרבער לױט זײַנע מינים;
17
און די אײַל, און דעם פֿישפֿרעסער, און די שטאָקאײַל;
18
און דעם אוהו, און דעם פּעליקאַן, און דעם גײַער;
19
און דעם שטאָרך, דעם בושל לױט זײַנע מינים, און דעם אױערהאָן, און די פֿלעדערמױז.
20
און יעטװעדער געפֿליגלטע װידעמנונג װאָס גײט אױף פיר, זי איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך.
21
אָבער דאָס מעגט איר עסן פֿון אַלע געפֿליגלטע װידמענונגען װאָס גײען אױף פֿיר: דאָס װאָס האָט געלענקען איבער זײַנע פֿיס, צו שפּרינגען מיט זײ אױף דער ערד.
22
די דאָזיקע פֿון זײ מעגט איר עסן: דעם הײשעריק לױט זײַנע מינים, און דעם גראָזפֿרעסער לױט זײַנע מינים, און דעם שפּרינגהײשעריק לױט זײַנע מינים, און דעם גריל לױט זײַנע מינים.
23
אָבער יעטװעדער אַנדערע געפֿליגלטע װידמענונג װאָס האָט פֿיר פֿיס, זי איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך.
24
און פֿון די דאָזיקע װעט איר װערן אומרײן; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
25
און איטלעכער װאָס טראָגט עפּעס פֿון זײער נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
26
איטלעכער בהמה װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, אָבער דורכגעשפּאָלטן זײַנען זײ ניט דורכגעשפּאָלטן בײַ איר, אָדער זי איז ניט מַעֲלֵה-גֵרֶה, זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן.
27
און אַלע װאָס גײען אױף זײערע לאַפּעס, צװישן אַלע חיות װאָס גײען אױף פֿיר, זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
28
און דער װאָס טראָגט זײער נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט; אומרײן זײַנען זײ פֿאַר אײַך.
29
און דאָס איז װאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך צװישן די שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד; דאָס װיזעלע, און די מױז, און די שילדקרעט לױט אירע מינים;
30
און די גראָבמױז, און דער לאַנדקראָקאָדיל, און דער עקדעש, און דער זאַמדעקדעש, און דער כאַמעלעאָן.
31
דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך צװישן אַלע שרצים; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן װען זײ זײַנען טױט, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
32
און אַלץ װאָס עפּעס פֿון זײ װעט פאַלן דערױף װען זײ זײַנען טױט, זאָל װערן אומרײן, סײַ װאָסער עס איז הילצערנע כּלי, אָדער אַ בגד, אָדער אַ פֿעל, אָדער אַ זאַק, איטלעכע כּלי װאָס דערמיט װערט געטאָן אַרבעט, זאָל אַרײַנגעטאָן װערן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און װערן רײן.
33
און איטלעכע לײמענע כּלי װאָס אין איר װעט אַרײַנפאַלן עפּעס פֿון זײ, זאָל אַלץ װאָס אין איר װערן אומרײן, און זי זאָלט איר צעברעכן.
34
איטלעך עסנװאַרג דערין װאָס װערט געגעסן, װאָס דערױף איז געקומען װאַסער, זאָל װערן אומרײן; און יעטװעדער געטראַנק װאָס װערט געטרונקען אין אַלע אַזעלכע כּלים, זאָל װערן אומרײן.
35
און אַלץ װאָס עפּעס פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן דערױף, זאָל װערן אומרײן; אױב אַ באַקאױװן אָדער אַ קאָכאױװן, זאָל עס צעבראָכן װערן; אומרײן זײַנען זײ, און אומרײן זאָלן זײ אײַך זײַן.
36
אָבער אַ קװאַל אָדער אַ גרוב װוּ װאַסער איז אײַנגעזאַמלט, זאָל בלײַבן רײן; נאָר דער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל װערן אומרײן.
37
און אױב פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן אױף װאָסער עס איז זאָמען פֿון זריעה װאָס װערט געזײט, איז ער רײן.
38
אױב אָבער אױפֿן זאָמען איז אַרױפֿגעטאָן געװאָרן װאַסער, און עפּעס פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן דערױף, איז ער אומרײן פֿאַר אײַך.
39
און אַז אײנע פֿון די בהמות װאָס זײַנען פֿאַר אײַך צום עסן װעט אַװעקפאַלן, זאָל דער װאָס רירט זיך אָן אָן איר נבֿלה, זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
40
און דער װאָס עסט פֿון איר נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט איר נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
41
און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, איז אַן אומװערדיקײט; ער זאָל ניט געגעסן װערן.
42
אַלץ װאָס גײט אױפֿן בױך, און אַלץ װאָס גײט אױף פיר, און אַלץ װאָס איז פֿילפֿיסיק, אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד, זײ זאָלט איר ניט עסן, װאָרום אַן אומװערדיקײט זײַנען זײ.
43
איר זאָלט ניט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל מיט קײן שרץ װאָס קריכט, און איר זאָלט זיך ניט פֿאַראומרײניקן מיט זײ, און װערן אומרײן דורך זײ.
44
װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט, און איר זאָלט זיך הײליקן און זײַן הײליק, װאָרום איך בין הײליק; און איר זאָלט ניט פֿאַראומרײניקן אײַער זעל מיט קײן שרץ װאָס װידמענט זיך אױף דער ערד.
45
װאָרום איך בין יהוה װאָס האָט אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום גאָט; דרום זאָלט איר זײַן הײליק, װײַל איך בין הײליק.
46
דאָס איז דער דין פֿון בהמות, און פֿױגלען, און יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפעניש װאָס װידמענט זיך אין װאַסער, און װעגן יעטװעדער באַשעפעניש װאָס קריכט אױף דער ערד,
47
כּדי אָפּצושײדן צװישן אומרײנעם און רײנעם, און צװישן דער לעבעדיקער זאַך װאָס מעג געגעסן װערן, און דער לעבעדיקער זאַך װאָס טאָר ניט געגעסן װערן.