אידיש
1
און די זין פֿון אַהרֹנען, נָדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און האָבן אַרײַנגעלײגט דערין פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן דערױף װײַרױך, און געבראַכט פֿאַר גאָט פֿרעמד פֿײַער, װאָס ער האָט זײ ניט באַפֿױלן.
2
איז אַרױס אַ פֿײַער פֿון פֿאַר גאָט, און האָט זײ פֿאַרצערט, און זײ זײַנען געשטאָרבן פֿאַר גאָט.
3
און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דאָס איז װאָס גאָט האָט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דורך מײַנע נאָנטע װעל איך געהײליקט װערן, און פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק װעל איך געערלעכט װערן.און אַהרן האָט געשװיגן.
4
און משה האָט גערופֿן מישָאֶל און אֶלצָפֿן, די זין פֿון עוזיאֵל, אַהרנס פֿעטער, און האָט צו זײ געזאָגט: גענענט, טראָגט אַרױס אײַערע ברידער פֿון פֿאַר דעם הײליקטום אױסן לאַגער.
5
האָבן זײ גענענט, און האָבן זײ אַרױסגעטראָגן אין זײערע העמדלעך אױסן לאַגער, אַזױ װי משה האָט גערעדט.
6
און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזֶרן און צו איתָמָרן, זײַנע זין: אײַערע קעפּ זאָלט איר ניט לאָזן פֿאַרװאַקסן, און אײַערע קלײדער זאָלט איר ניט אײַנרײַסן, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן, און אױף דער גאַנצער עדה װעט ער צערענען; נאָר אײַערע ברידער, דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל, זאָלן באַװײנען די פֿאַרברענונג װאָס גאָט האָט פֿאַרברענט.
7
און פֿון אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר ניט אַרױסגײן, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; װאָרום דאָס אײל פֿון גאָטס זאַלבונג איז אױף אײַך. און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן.
8
און גאָט האָט גערעדט צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
9
װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָלסטו ניט טרינקען, דו און דײַנע זין מיט דיר, װען איר גײט אַרײַן אין אוֹהל-מוֹעד, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות;
10
כּדי איר זאָלט אָפּשײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן, און צװישן אומרײנעם און רײנעם;
11
און לערנען די קינדער פֿון ישׂראל אַלע געזעצן װאָס גאָט האָט זײ געהײסן דורך משהן.
12
און משה האָט גערעדט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע געבליבענע זין: נעמט דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס בלײַבט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט, און עסט עס אומגעזײַערט לעבן מזבח; װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס.
13
און איר זאָלט עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װײַל דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט איז דאָס פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; װאָרום אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן.
14
און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג זאָלט איר עסן אין אַ רײנעם אָרט, דו, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער מיט דיר; װאָרום װי דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט זײַנען זײ געגעבן געװאָרן פֿון די פֿרידאָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל.
15
דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג זאָלן זײ ברענגען מיט די פֿײַעראָפּפֿער פֿון פֿעטס, כּדי זײ אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; און עס זאָל געהערן צו דיר, און צו דײַנע קינדער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן.
16
און משה האָט נאָכפֿרעגן זיך נאָכגעפֿרעגט װעגן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, ערשט ער איז פֿאַרברענט געװאָרן. האָט ער געצערנט אױף אֶלעָזָרן און אױף איתָמָרן, אַהרנס געבליבענע זין, אַזױ צו זאָגן:
17
פֿאַר װאָס האָט איר ניט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער אין הײליקן אָרט? װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, און ער האָט דאָס אײַך געגעבן, כּדי צו נעמען אױף זיך די זינד פֿון דער עדה, מכַפּר צו זײַן אױף זײ פֿאַר גאָט.
18
זײַן בלוט איז דאָך ניט געבראַכט געװאָרן אינעװײניק אין הײליקטום; עסן האָט איר עס געזאָלט עסן אין הײליקטום, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן.
19
האָט אַהרן גערעדט צו משהן: אָט האָבן זײ הײַנט געבראַכט זײער זינדאָפּפֿער און זײער בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט, און מיר האָט אַזױ װאָס געטראָפֿן, און אַז איך װאָלט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער הײַנט, װאָלט עס דען װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט?
20
און משה האָט צוגעהערט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן.