Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט גערופֿן צו משהן, און האָט צו אים גערעדט פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער פֿון אײַך װעט ברענגען אַ קָרבן צו גאָט, זאָלט איר פֿון פֿי, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, ברענגען אײַער קָרבן. 3 אױב אַ בראַנדאָפּפֿער איז זײַן קָרבן, פֿון רינדער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער; צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָל ער אים ברענגען, כּדי ער זאָל באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט. 4 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון בראַנדאָפּפֿער, און עס װעט באַװיליקט װערן פֿון אים, מכַפּר צו זײַן אױף אים. 5 און ער זאָל שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר גאָט, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן גענענען דאָס בלוט, און שפּרענגען דאָס בלוט רונד אַרום אױף דעם מזבח װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 6 און ער זאָל אָפּשינדן דאָס בראַנדאָפּפֿער, און עס צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער. 7 און די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָלן אַרױפֿטאָן פֿײַער אױפֿן מזבח, און אָנלײגן האָלץ אױפֿן פֿײַער. 8 און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן אױסלײגן די שטיקער, דעם קאָפּ, און דאָס פֿעטס, אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 9 און זײַנע אינגעװײד און זײַנע קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער, און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. 10 און אױב זײַן קָרבן איז פֿון קלײנפֿי, פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. 11 און ער זאָל אים שעכטן בײַ דער צפֿון-זײַט פֿון מזבח פֿאַר גאָט, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 12 און ער זאָל אים צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער; און דער כֹּהן זאָל זײ אױסלײגן מיטן קאָפּ און מיטן פֿעטס אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 13 און די אינגעװײד און די קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער; און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג גענענען, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
14 און אױב אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון עוֹפֿות איז זײַן קָרבן צו גאָט, זאָל ער ברענגען זײַן קָרבן פֿון טורטלטױבן אָדער פֿון יונגע טױבן. 15 און דער כֹּהן זאָל אים גענענען צום מזבח, און אָפּקנײַפּן זײַן קאָפּ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און זײַן בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אױף דער װאַנט פֿון מזבח. 16 און ער זאָל אַראָפּנעמען זײַן װאָליע מיט אירע פֿעדערן, און זי אַװעקגעװאַרפֿן לעבן מזבח אין מזרח-זײַט, אין אָרט פֿון דער אַש. 17 און ער זאָל אים אױפֿרײַסן פֿאַר זײַנע פֿליגלען, אָבער ניט פֿאַנאַנדערשײדן; און דער כֹּהן זאָל אים דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף דעם האָלץ װאָס איבערן פֿײַער. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
עברית
1 וַיִּקְרָ֖א אֶל־מֹשֶׁ֑ה וַיְדַבֵּ֤ר יְהוָה֙ אֵלָ֔יו מֵאֹ֥הֶל מוֹעֵ֖ד לֵאמֹֽר׃ 2 דַּבֵּ֞ר אֶל־בְּנֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙ וְאָמַרְתָּ֣ אֲלֵהֶ֔ם אָדָ֗ם כִּֽי־יַקְרִ֥יב מִכֶּ֛ם קָרְבָּ֖ן לַֽיהוָ֑ה מִן־הַבְּהֵמָ֗ה מִן־הַבָּקָר֙ וּמִן־הַצֹּ֔אן תַּקְרִ֖יבוּ אֶת־קָרְבַּנְכֶֽם׃ 3 אִם־עֹלָ֤ה קָרְבָּנוֹ֙ מִן־הַבָּקָ֔ר זָכָ֥ר תָּמִ֖ים יַקְרִיבֶ֑נּוּ אֶל־פֶּ֜תַח אֹ֤הֶל מוֹעֵד֙ יַקְרִ֣יב אֹת֔וֹ לִרְצֹנ֖וֹ לִפְנֵ֥י יְהוָֽה׃ 4 וְסָמַ֣ךְ יָד֔וֹ עַ֖ל רֹ֣אשׁ הָעֹלָ֑ה וְנִרְצָ֥ה ל֖וֹ לְכַפֵּ֥ר עָלָֽיו׃ 5 וְשָׁחַ֛ט אֶת־בֶּ֥ן הַבָּקָ֖ר לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה וְ֠הִקְרִיבוּ בְּנֵ֨י אַהֲרֹ֤ן הֽ͏ַכֹּֽהֲנִים֙ אֶת־הַדָּ֔ם וְזָרְק֨וּ אֶת־הַדָּ֤ם עַל־הַמִּזְבֵּ֙חַ֙ סָבִ֔יב אֲשֶׁר־פֶּ֖תַח אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 6 וְהִפְשִׁ֖יט אֶת־הָעֹלָ֑ה וְנִתַּ֥ח אֹתָ֖הּ לִנְתָחֶֽיהָ׃ 7 וְ֠נָתְנוּ בְּנֵ֨י אַהֲרֹ֧ן הַכֹּהֵ֛ן אֵ֖שׁ עַל־הַמִּזְבֵּ֑חַ וְעָרְכ֥וּ עֵצִ֖ים עַל־הָאֵֽשׁ׃ 8 וְעָרְכ֗וּ בְּנֵ֤י אַהֲרֹן֙ הַכֹּ֣הֲנִ֔ים אֵ֚ת הַנְּתָחִ֔ים אֶת־הָרֹ֖אשׁ וְאֶת־הַפָּ֑דֶר עַל־הָעֵצִים֙ אֲשֶׁ֣ר עַל־הָאֵ֔שׁ אֲשֶׁ֖ר עַל־הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 9 וְקִרְבּ֥וֹ וּכְרָעָ֖יו יִרְחַ֣ץ בַּמָּ֑יִם וְהִקְטִ֨יר הַכֹּהֵ֤ן אֶת־הַכֹּל֙ הַמִּזְבֵּ֔חָה עֹלָ֛ה אִשֵּׁ֥ה רֵֽיחַ־נִיח֖וֹחַ לַֽיהוָֽה׃   ס 10 וְאִם־מִן־הַצֹּ֨אן קָרְבָּנ֧וֹ מִן־הַכְּשָׂבִ֛ים א֥וֹ מִן־הָעִזִּ֖ים לְעֹלָ֑ה זָכָ֥ר תָּמִ֖ים יַקְרִיבֶֽנּוּ׃ 11 וְשָׁחַ֨ט אֹת֜וֹ עַ֣ל יֶ֧רֶךְ הַמִּזְבֵּ֛חַ צָפֹ֖נָה לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה וְזָרְק֡וּ בְּנֵי֩ אַהֲרֹ֨ן הַכֹּהֲנִ֧ים אֶת־דָּמ֛וֹ עַל־הַמִּזְבֵּ֖חַ סָבִֽיב׃ 12 וְנִתַּ֤ח אֹתוֹ֙ לִנְתָחָ֔יו וְאֶת־רֹאשׁ֖וֹ וְאֶת־פִּדְר֑וֹ וְעָרַ֤ךְ הַכֹּהֵן֙ אֹתָ֔ם עַל־הָֽעֵצִים֙ אֲשֶׁ֣ר עַל־הָאֵ֔שׁ אֲשֶׁ֖ר עַל־הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 13 וְהַקֶּ֥רֶב וְהַכְּרָעַ֖יִם יִרְחַ֣ץ בַּמָּ֑יִם וְהִקְרִ֨יב הַכֹּהֵ֤ן אֶת־הַכֹּל֙ וְהִקְטִ֣יר הַמִּזְבֵּ֔חָה עֹלָ֣ה ה֗וּא אִשֵּׁ֛ה רֵ֥יחַ נִיחֹ֖חַ לַיהוָֽה׃   פ
14 וְאִ֧ם מִן־הָע֛וֹף עֹלָ֥ה קָרְבָּנ֖וֹ לַֽיהוָ֑ה וְהִקְרִ֣יב מִן־הַתֹּרִ֗ים א֛וֹ מִן־בְּנֵ֥י הַיּוֹנָ֖ה אֶת־קָרְבָּנֽוֹ׃ 15 וְהִקְרִיב֤וֹ הַכֹּהֵן֙ אֶל־הַמִּזְבֵּ֔חַ וּמָלַק֙ אֶת־רֹאשׁ֔וֹ וְהִקְטִ֖יר הַמִּזְבֵּ֑חָה וְנִמְצָ֣ה דָמ֔וֹ עַ֖ל קִ֥יר הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 16 וְהֵסִ֥יר אֶת־מֻרְאָת֖וֹ בְּנֹצָתָ֑הּ וְהִשְׁלִ֨יךְ אֹתָ֜הּ אֵ֤צֶל הַמִּזְבֵּ֙חַ֙ קֵ֔דְמָה אֶל־מְק֖וֹם הַדָּֽשֶׁן׃ 17 וְשִׁסַּ֨ע אֹת֣וֹ בִכְנָפָיו֮ לֹ֣א יַבְדִּיל֒ וְהִקְטִ֨יר אֹת֤וֹ הַכֹּהֵן֙ הַמִּזְבֵּ֔חָה עַל־הָעֵצִ֖ים אֲשֶׁ֣ר עַל־הָאֵ֑שׁ עֹלָ֣ה ה֗וּא אִשֵּׁ֛ה רֵ֥יחַ נִיחֹ֖חַ לַיהוָֽה׃   ס