אידיש
1
האָט אִיובֿ געענטפֿערט גאָט און האָט געזאָגט:
2
איך װײס אַז אַלץ קענסטו טאָן, און קײן טראַכטונג איז ניט פֿאַרמיטן פֿון דיר.
3
װער קען דאָס פֿאַרהױלן די כּװנה אָן פֿאַרשטאַנדיקײט? דרום זאָג איך אַז איך פֿאַרשטײ ניט; װוּנדער זײַנען דאָס פֿאַר מיר, און איך װײס ניט.
4
הער, איך בעט דיך, און איך װעל רעדן; איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.
5
מיט געהער פֿון אױער האָב איך פֿון דיר געהערט, און אַצונד האָט מײַן אױג דיך געזען.
6
דרום פֿאַראַכט איך מײַנע רײד און האָב חרטה, אין שטױב און אַש.
7
און עס איז געװען נאָך דעם װי גאָט האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אִיובֿן, האָט גאָט געזאָגט צו אֶליפֿז דעם תֵּימָני: מײַן צאָרן גרימט אױף דיר און אױף דײַנע צװײ גוטע פֿרײַנט, פֿאַר װאָס איר האָט ניט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ.
8
און אַצונד נעמט אײַך זיבן אָקסן און זיבן װידערס, און גײט צו מײַן קנעכט אִיובֿן, און איר זאָלט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אײַך, און אִיובֿ מײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך, װאָרום בלױז זײַן פּנים שױן איך, אײַך ניט אָנצוטאָן קײן שאַנד, װײַל איר האָט ניט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ.
9
איז אֶליפֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי, געגאַנגען, און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי גאָט האָט צו זײ גערעדט; און גאָט האָט געשױנט אִיובֿס פּנים.
10
און גאָט האָט אומגעקערט אִיובֿס שאָדן, אַז ער האָט מתפּלל געװען פֿאַר זײַנע גוטע פֿרײַנט; און גאָט האָט געמערט אַלץ װאָס אִיובֿ האָט געהאַט טאָפּל.
11
און אַלע זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע שװעסטער, און אַלע זײַנע באַקענטע פֿון פֿריִער, זײַנען געקומען צו אים, און האָבן געגעסן מיט אים ברױט אין זײַן הױז, און זײ האָבן אים באַדױערט, און אים געטרײסט אױף אַל דעם בײז װאָס גאָט האָט אױף אים געבראַכט; און זײ האָבן אים געגעבן איטלעכער אַ קשׂיטה, און איטלעכער אַ גילדערנעם נאָזרינג.
12
און גאָט האָט געבענטשט אִיובֿס לעצט מער װי זײַן אָנהײב, און ער האָט געהאַט פֿערצן טױזנט שאָף, און זעקס טױזנט קעמלען, און טױזנט געשפּאַן רינדער, און טױזנט אײזעלינס.
13
און ער האָט געהאַט זיבן זין און דרײַ טעכטער.
14
און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון אײנער ימִימה, און דעם נאָמען פֿון דער צװײטער קציעָה, און דעם נאָמען פֿון דער דריטער קֶרֶן-הַפּוך.
15
און אין גאַנצן לאַנד האָבן זיך ניט געפֿונען אַזעלכע שײנע פֿרױען װי אִיובֿס טעכטער. און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן אַ נחלה צװישן זײערע ברידער.
16
און אִיובֿ האָט געלעבט נאָך דעם הונדערט און פֿערציק יאָר; און ער האָט געזען זײַנע קינדער און זײַנע קינדס-קינדער, פֿיר דורות.
17
און אִיובֿ איז געשטאָרבן אַלט און זאַט מיט טעג.