אידיש
1
און גאָט האָט געענטפֿערט אִיובֿן, און האָט געזאָגט:
2
װיל זיך קריגן מיטן אַלמאַכטיקן דער טאַדלער? דער װאָס װיכּוחט זיך מיט גאָט זאָל עס ענטפֿערן.
3
האָט אִיובֿ געענטפֿערט גאָט און האָט געזאָגט:
4
זע, װינציק װאָס בין איך; װאָס קען איך דיר ענטפֿערן? איך טו אַרױף מײַן האַנט אױף מײַן מױל.
5
אײן מאָל האָב איך גערעדט, און װעל מער ניט ענטפֿערן; יאָ, צװײ מאָל און װעל עס ניט װידער טאָן.
6
האָט גאָט געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם און האָט געזאָגט:
7
גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן; איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.
8
צי װילסטו אױך פֿאַרשטערן מײַן משפּט? װילסטו מיך באַשולדיקן כּדי דו זאָלסט גערעכט זײַן?
9
אָדער צי האָסטו אַן אָרעם װי גאָט, און מיט אַ קָול װי ער קענסטו דונערן?
10
ציר זיך אַקאָרשט אָן מיט שטאָלץ און הױכקײט, און גלאַנץ און שײנקײט זאָלסטו אָנטאָן.
11
פֿאַרשפּרײט דעם גרים פֿון דײַן צאָרן, און זע װוּ אַ שטאָלצער און דערנידער אים.
12
זע װוּ אַ שטאָלצער און מאַך אים אונטערטעניק, און צעטרעט די רשָעים אױף זײער אָרט.
13
באַהאַלט זײ אין שטױב אין אײנעם, זײער פּנים פֿאַרדעק אין פֿאַרבאָרגעניש.
14
און איך אױך װעל דיר מודה זײַן, אַז דײַן רעכטע האַנט קען דיר העלפֿן.
15
זע נאָר דעם װאַסערפֿערד װאָס איך האָב געמאַכט לעבן דיר; גראָז װי אַ רינד עסט ער.
16
זע נאָר, זײַן כּוח איז אין זײַנע לענדן, און זײַן שטאַרקײט אין די פֿלײשפֿעדים פֿון זײַן בױך.
17
ער שטעלט אױף זײַן עק װי אַ צעדערבױם, די אָדערן פֿון זײַנע דיכן זײַנען װי צװײַגן.
18
זײַנע בײנער זײַנען רערן פֿון קופּער, זײַנע קנאָכנס װי אײַזערנע שטאַנגען.
19
ער איז די פּער פֿון גאָטס דרכים, בלױז זײַן באַשעפֿער קען ברענגען [אױף אים] זײַן שװערד.
20
װאָרום פֿוטער טראָגן אים די בערג, װאָס אַלע חיות פֿון פֿעלד שפּילן זיך דאָרטן.
21
אונטער לאָטוסבײמער ליגט ער, אין פֿאַרבאָרגעניש פֿון ראָר און זומפּ.
22
לאָטוסבײמער באַשירעמען אים מיט זײער שאָטן, אים רינגלען אַרום װערבעס פֿון טײַך.
23
זע, דער טײַך פֿלײצט אַריבער, און ער אײַלט זיך ניט, ער איז זיכער, װען אַ ירדן שפּאַרט זיך אין זײַן מױל.
24
קען מען פֿאַר זײַנע אױגן אים כאַפּן, מיט פּאַסטקעס דורכלעכערן די נאָז?
25
קענסטו אַרױסציִען דעם לִויָתן מיט אַ װענדע, און מיט אַ שטריק אַראָפּשלעפּן זײַן צונג?
26
קענסטו אַרײַנטאָן אַ ראָר אין זײַן נאָז, אָדער מיט אַ דאָרן דורכבױערן זײַן קינבאַק?
27
װעט ער זיך פֿיל בעטן בײַ דיר? צי װעט ער רעדן צו דיר װײך?
28
װעט ער שליסן אַ בונד מיט דיר, זאָלסט אים נעמען פֿאַר אַן אײביקן קנעכט?
29
קענסטו זיך שפּילן מיט אים װי מיט אַ פֿױגל, און אים צובינדן פֿאַר דײַנע מײדלעך?
30
װעלן זיך דינגען שותּפֿים איבער אים? װעלן זײ אים צעטײלן צװישן די הענדלער?
31
קענסטו אָנפֿילן מיט שטעכערס זײַן פֿעל, און מיט פֿישהאָקן זײַן קאָפּ?
32
טו אַרױף אױף אים דײַן האַנט! דערמאָן זיך די מלחמה, װעסטו עס מער ניט טאָן.