אידיש
1
און אליהוא האָט װײַטער געזאָגט:
2
װאַרט מיר אַ װײַלע, און איך װעל דיר זאָגן, װאָרום פֿאַראַן נאָך װערטער װעגן גאָט.
3
איך װעל אױפֿהײבן מײַן געדאַנק װײַט אַהין, און מײַן באַשעפֿער װעל איך געבן גערעכטיקײט.
4
װאָרום פֿאַר װאָר, ניט פֿאַלש זײַנען מײַנע װערטער, אױפֿריכטיק אין געדאַנקען בין איך צו דיר.
5
זע, גאָט איז מאַכטיק, אָבער ער פֿאַראַכט קײנעם ניט; ער איז מאַכטיק אין כּוח פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
6
ער לאָזט ניט דעם רָשע בלײַבן לעבן, און גיט די אָרימע זײער רעכט.
7
ער נעמט ניט אַראָפּ זײַנע אױגן פֿון דעם צדיק; און מיט מלכים אױפֿן טראָן זעצט ער זײ אױף אײביק, און זײ װערן דערהײכט.
8
און אױב זײ זײַנען געשמידט אין קײטן, באַצװוּנגען אין שטריק פֿון פּײַן,
9
רעדט ער זײ אױס זײער טוּונג, און זײערע פֿאַרברעכן װען זײ שטאַרקן זיך.
10
ער אַנטפּלעקט זײער אױער פֿאַר מוסר, און הײסט, אַז זײ זאָלן זיך אומקערן פֿון אומרעכט.
11
אױב זײ הערן, און דינען, ענדיקן זײ זײערע טעג אין גוטס, און זײערע יאָרן אין נַחַת.
12
און אױב זײ הערן ניט, קומען זײ אום דורכן שװערד, און פֿאַרגײען אָן פֿאַרשטאַנדיקײט.
13
אָבער די זינדיקע אין האַרצן לײגן אָן צאָרן; זײ שרײַען ניט צו אים װען ער בינדט זײ.
14
אין יוגנט שטאַרבט זײער זעל, און זײער לעבן – װי די שאַנדיונגען.
15
ער ראַטעװעט דעם געדריקטן דורך זײַן געדריקטקײט, און אַנטפּלעקט דורך דער נױט זײער אױער.
16
און אױך דיך װאָלט ער אַרױסגעצױגן פֿון דער קלעם, אין דערברײטערניש װוּ קײן ענגשאַפֿט איז ניטאָ; און דאָס געדעק פֿון דײַן טיש װאָלט פֿול זײַן מיט פֿעטקײט.
17
װײַל אָבער ביסט פֿול מיט דער טענה פֿון דעם רָשעהאַלט דיך דער משפּט און די גערעכטיקײט.
18
פֿאַר װאָר, זאָל דיך נאָר דער גרימצאָרן ניט אָנרעדן צו צװײפֿל, און זאָל די גרױסע אָפּקומעניש דיך ניט אַראָפּפֿירן.
19
האָט דען אַ װערדע דײַן ניט אײַנגעהאַלטענער געשרײ, און אַל די שטאַרקע ראַנגלענישן?
20
זאָלסט ניט געלוסטן די נאַכט, װען פֿעלקער װערן פֿאַרשװוּנדן אױפֿן אָרט.
21
היט זיך זאָלסט זיך ניט קערן צו אומרעכט, הגם דו װאָלסט דאָס אױסדערװײלט אײדער פּײַן.
22
זע, גאָט איז דערהױבן אין זײַן שטאַרקײט; װער איז אַזאַ לערער װי ער?
23
װער האָט אים באַפֿױלן זײַן װעג? און װער קען זאָגן: דו טוסט אַן עװלה?
24
געדענק, אַז דו זאָלסט גרײסן זײַן װערקװאָס מענטשן האָבן באַזונגען.
25
אַלע מענטשנקינדער האָבן עס געזען, דער מענטש קוקט עס אָן פֿון דער װײַטן.
26
זע, גאָט איז גרױס, און מיר פֿאַרשטײען ניט, די צאָל פֿון זײַנע יאָרן איז ניט צו דערפֿאָרשן.
27
װאָרום ער ציט אָפּ די טראָפּנס װאַסער, זײ זאָלן זײַען רעגן פֿון זײַן נעבל;
28
װען די הימלען פֿליסן, און טריפֿן אױף מענטשן אַ סך.
29
יאָ, צי פֿאַרשטײט מען די שפּרײטונגען פֿון װאָלקן, די געפּילדערס פֿון זײַן געצעלט?
30
זע, ער שפּרײט אױס דערױף זײַן ליכט; און די װאָרצלען פֿון ים דעקט ער צו.
31
װאָרום דערמיט משפּט ער פֿעלקער, גיט ער שפּײַז אין שפֿע.
32
ער שפּרײט אױס אױפֿן הימלװעלב דעם בליץ, און באַפֿעלט אים ער זאָל טרעפֿן.
33
עס זאָגט אָן װעגן איםדער צאָרן, דער כּעס פֿון דעם שטורעם.