Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: 2 רעכנסטו דאָס פֿאַר רעכט, אַז דו זאָגסט: איך בין גערעכטער פֿון גאָט? 3 װען דו זאָגסט: װאָס קומט דיר אַרױס? ״װאָסער נוץ האָב איך דערפֿון מער װי פֿון מײַן זינדיקן?״ 4 װעל איך דיר ענטפֿערן װערטער, און דײַנע חבֿרים מיט דיר. 5 לוג צו די הימלען, און זע, און קוק אױף די װאָלקנס װאָס זײַנען הױך איבער דיר. 6 אַז דו זינדיקסט, װאָס װירקסטו אױף אים? און זײַנען פֿיל דײַנע פֿאַרברעכן, װאָס טוסטו אים? 7 אַז דו ביסט גערעכט, װאָס גיסטו אים? אָדער װאָס נעמט ער פֿון דײַן האַנט? 8 אַ מאַן װי דו גײט אָן דײַן שלעכטיקײט, און אַ מענטשנקינד דײַן גערעכטיקײט. 9 פֿון װעגן די פֿיל רױבערײַען שרײַט מען, מע קלאָגט זיך װעגן דעם אָרעם פֿון די שטאַרקע, 10 און מע זאָגט ניט: װוּ איז גאָט מײַן באַשעפֿער, װאָס גיט געזאַנגען אין דער נאַכט; 11 װאָס לערנט אונדז מער פֿון בהמות פֿון דער ערד, און מאַכט אונדז קליגער פֿון פֿױגל פֿון הימל? 12 ״אָן שרײַט מען, און ער ענטפֿערט ניט, װעגן דער האָפֿערדיקײט פֿון די רשָעים״. 13 אָבער פֿאַלש איז, אַז גאָט הערט ניט צו, און דער אַלמאַכטיקער קוקט עס ניט אָן. 14 הגם דו זאָגסט, דו קענסט אים ניט זען, איז דער משפּט פֿאַר אים, און דאַרפֿסט האַרן אױף אים. 15 און אַצונד, האָט דען פֿאַר גאָרנישט געשטראָפֿט זײַן צאָרן? און װײס ער ניט װױל פֿון דער מוטװיליקײט? 16 אָבער אִיובֿ עפֿנט מיט נאַרישקײט זײַן מױל, אָן פֿאַרשטאַנדיקײט מערט ער װערטער.
עברית
1 וַיַּ֥עַן אֱלִיה֗וּ וַיֹּאמַֽר׃ 2 הֲ֭זֹאת חָשַׁ֣בְתָּ לְמִשְׁפָּ֑ט אָ֝מַ֗רְתָּ צִדְקִ֥י מֵאֵֽל׃ 3 כִּֽי־תֹ֭אמַר מַה־יִּסְכָּן־לָ֑ךְ מָֽה־אֹ֝עִ֗יל מֵֽחַטָּאתִֽי׃ 4 אֲ֭נִי אֲשִֽׁיבְךָ֣ מִלִּ֑ין וְֽאֶת־רֵעֶ֥יךָ עִמָּֽךְ׃ 5 הַבֵּ֣ט שָׁמַ֣יִם וּרְאֵ֑ה וְשׁ֥וּר שְׁ֝חָקִ֗ים גָּבְה֥וּ מִמֶּֽךָּ׃ 6 אִם־חָ֭טָאתָ מַה־תִּפְעָל־בּ֑וֹ וְרַבּ֥וּ פְ֝שָׁעֶ֗יךָ מַה־תַּעֲשֶׂה־לּֽוֹ׃ 7 אִם־צָ֭דַקְתָּ מַה־תִּתֶּן־ל֑וֹ א֥וֹ מַה־מִיָּדְךָ֥ יִקָּֽח׃ 8 לְאִישׁ־כָּמ֥וֹךָ רִשְׁעֶ֑ךָ וּלְבֶן־אָ֝דָ֗ם צִדְקָתֶֽךָ׃ 9 מֵ֭רֹב עֲשׁוּקִ֣ים יַזְעִ֑יקוּ יְשַׁוְּע֖וּ מִזְּר֣וֹעַ רַבִּֽים׃ 10 וְֽלֹא־אָמַ֗ר אַ֭יֵּה אֱל֣וֹהַּ עֹשָׂ֑י נֹתֵ֖ן זְמִר֣וֹת בַּלָּֽיְלָה׃ 11 מַ֭לְּפֵנוּ מִבַּהֲמ֣וֹת אָ֑רֶץ וּמֵע֖וֹף הַשָּׁמַ֣יִם יְחַכְּמֵֽנוּ׃ 12 שָׁ֣ם יִ֭צְעֲקוּ וְלֹ֣א יַעֲנֶ֑ה מִ֝פְּנֵ֗י גְּא֣וֹן רָעִֽים׃ 13 אַךְ־שָׁ֭וְא לֹא־יִשְׁמַ֥ע אֵ֑ל וְ֝שַׁדַּ֗י לֹ֣א יְשׁוּרֶֽנָּה׃ 14 אַ֣ף כִּֽי־תֹ֭אמַר לֹ֣א תְשׁוּרֶ֑נּוּ דִּ֥ין לְ֝פָנָ֗יו וּתְח֥וֹלֵֽל לֽוֹ׃ 15 וְעַתָּ֗ה כִּי־אַ֭יִן פָּקַ֣ד אַפּ֑וֹ וְלֹֽא־יָדַ֖ע בַּפַּ֣שׁ מְאֹֽד׃ 16 וְ֭אִיּוֹב הֶ֣בֶל יִפְצֶה־פִּ֑יהוּ בִּבְלִי־דַ֝֗עַת מִלִּ֥ין יַכְבִּֽר׃   פ