אידיש
1
און אליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
2
הערט, חכמים, מײַנע װערטער, און איר קענער, לײגט צו דאָס אױער צו מיר.
3
װאָרום דאָס אױער דאַרף פּרוּװן װערטער, אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט עסן.
4
לאָמיר אונדז אױסװײלן דאָס גערעכטע, לאָמיר געװאָר װערן צװישן אונדז װאָס איז גוט.
5
װאָרום אִיובֿ זאָגט: איך בין גערעכט, נאָר גאָט האָט אָפּגעטאָן מײַן רעכט;
6
בײַ מײַן גערעכטיקײט װער איך געהאַלטן פֿאַר אַ ליגנער, מסוכּן איז מײַן װוּנד, אָן אַ פֿאַרברעך.
7
װאָסער מענטש װי אִיובֿטרינקט געשפּעט אַזױ װי װאַסער,
8
און פֿירט זיך אין חבֿרותא מיט טוער פֿון אומרעכט, און גײט אום מיט שלעכטע לײַט?
9
װאָרום ער זאָגט: דעם מענטשן קומט גאָרניט אַרױסװען ער זוכט װױלגעפֿעלן גאָט.
10
דרום, לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, הערט מיר צו: װײַט איז גאָט פֿון אומרעכט, און דער אַלמאַכטיקער פֿון אַן עװלה.
11
נאָר די טוּונג פֿון מענטשן באַצאָלט ער אים, און לױט איטלעכנס װעג שיקט ער אים צו.
12
יאָ פֿאַר װאָר, גאָט טוט ניט קײן אומרעכט, און דער אַלמאַכטיקער פֿאַרדרײט ניט גערעכטיקײט.
13
װער האָט אים באַפֿױלן איבער דער ערד? און װער האָט געמאַכט די װעלט אין גאַנצן?
14
אַז ער זאָל קערן זײַן האַרץ אױף אים, אַז ער זאָל זײַן הױך און זײַן אָטעם אײַנזאַמלען צו זיך,
15
װאָלט פֿאַרגײן יעטװעדער לײַב אין אײנעם, און דער מענטש װאָלט צו שטױב זיך אומקערן.
16
און אױב דו האָסט פֿאַרשטאַנדיקײט, הער דאָס צו; פֿאַרנעם דעם קָול פֿון מײַנע װערטער.
17
צי קען גאָר אַ פֿײַנט פֿון גערעכטיקײט הערשן? אָדער װילסטו דעם מאַכטיקן גערעכטן באַשולדיקן? –
18
קען מען זאָגן צו אַ מלך ״נידערטרעכטיקער?״ ״רָשע״ צו פֿירשטן? –
19
דעם װאָס שאַנעװעט ניט דעם פּנים פֿון האַרן, און אַכט ניט אױפֿן רײַכן מער װי אױפֿן אָרימאַן, װײַל דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען זײ אַלע.
20
אין אַ רגע שטאַרבן זײ, אין האַלבע נאַכט; לײַט װערן צעטרײסלט און פֿאַרגײען, און מע טוט אָפּ דעם מאַכטיקן װי ניט מיט דער האַנט.
21
װאָרום זײַנע אױגן זײַנען אױף די װעגן פֿון דעם מענטשן, און אַלע זײַנע טריט זעט ער.
22
ניטאָ קײן פֿינצטערניש און קײן טױטשאָטן, פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט זיך דאָרטן צו פֿאַרבאָרגן.
23
װאָרום ער מאַכט ניט דעם מענטשן אַ צײַט, צו קומען פֿאַר גאָט צום משפּט.
24
ער צעברעכט מאַכטיקע אָן אַן אױספֿאָרשונג, און שטעלט אױף אַנדערע אָנשטאָט זײ.
25
פֿאַר װאָר, ער קען זײערע מעשׂים, דרום מאַכט ער אַן איבערקער איבער נאַכט, און זײ װערן צעדריקט.
26
װײַל זײ זײַנען רשָעים, שלאָגט ער זײ, אין אַן אָרט װוּ מע זעט.
27
דערפֿאַר װאָס זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אים, און אױף אַלע זײַנע װעגן ניט געאַכט.
28
זײ האָבן געמאַכט קומען צו אים דאָס געשרײ פֿון דעם אָרימאַן, און דאָס געשרײ פֿון די געדריקטע פֿלעגט ער הערן. –
29
אָבער אַז ער שװײַגט, װער קען אים באַשולדיקן? און פֿאַרבאָרגט ער דעם פּנים, װער קען אים װעלן זען? סײַ בײַ אַ פֿאָלק סײַ בײַ אַ מענטשן אַלץ אײנס. –
30
כּדי דער זינדיקער מענטש זאָל ניט קיניגן, כּדי קײן שטרױכלונגען זאָלן ניט זײַן פֿאַרן פֿאָלק.
31
װאָרום האָט ער דען צו גאָט געזאָגט: ״איך האָב געליטן, איך װעל מער ניט שלעכטס טאָן;
32
איך זע ניט, לערן דו מיך; אױב איך האָב געטאָן אומרעכט, װעל איך מער ניט טאָן״?
33
זאָל ער פֿאַרגעלטן אַזױ װי דיר קומט אױס: ״אױב דיר געפֿעלט ניט, טאָ קלײַב דו אױס, און ניט איך״? און װאָס װײסטו צו רעדן?
34
לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װעלן מיר זאָגן, און דער קלוגער מאַן װאָס װעט מיר צוהערן:
35
אִיובֿ רעדט אָן אַ זינען, און זײַנע רײד זײַנען אָן שׂכל.
36
איך װינטש אִיובֿ זאָל אײביק געפּרוּװט װערן, פֿאַר ענטפֿערן אַזױ װי זינדיקע לײַט.
37
װאָרום ער לײגט נאָך צו װידערשפּעניקײט צו זײַן חטא; ער פּאַטשט זײַנע הענט צװישן אונדז, און מערט זײַנע רײד קעגן גאָט.