אידיש
1
און אַצונד לאַכן פֿון מיר ייִנגערע פֿון מיר אין טעג, װאָס איך האָב מיך געמיאוסט צו שטעלן זײערע פֿאָטערסמיט די הינט פֿון מײַנע שאָף –
2
יאָ, צו װאָס מיר דער כּוח פֿון זײערע הענט? זײער פֿרישקײט איז געװען פֿאַרלאָרן –
3
די װאָס זײַנען פֿון נױט און הונגער אײַנגעדאַרט, װאָס נאָגן די טריקעניש אין פֿינצטערער װיסטקײט און װיסטעניש.
4
די װאָס רײַסן זאַלצקרײַטעכץ מיט װערמוט, און װאָרצל פֿון בעזעמבײמלעך זיך אָנצוּװאַרעמען.
5
פֿון צװישן מענטשן װערן זײ פֿאַרטריבן, מע שרײַט אױף זײ װי אױף אַ גנבֿ.
6
אין מוֹראדיקע טאָלן מוזען זײ װױנען, אין לעכער פֿון דער ערד און פֿעלדזן.
7
צװישן די בײמלעך ברומען זײ, אונטער אַ דאָרן זײַנען זײ צונױפֿגענורעט.
8
געמײנע יונגען און יונגען אָן אַ נאָמען, װאָס זײַנען אױסגעשטױסן פֿון לאַנד.
9
און אַצונד בין איך זײער לידל געװאָרן, און איך בין פֿאַר אַ װערטל בײַ זײ.
10
זײ פֿאַראומװערדיקן מיך, זײ דערװײַטערן זיך פֿון מיר, און זײ האַלטן זיך ניט אָפּ מיר אין פּנים צו שפּײַען.
11
װאָרום מײַן בױגנשטריק האָט ער לױז געמאַכט און מיך געבױגן, און זײ װאַרפֿן אַראָפּ די צאַם פֿאַר מיר.
12
אױף רעכטס שטעלט זיך אױף דאָס יונגװאַרג; זײ שטױסן מײַנע פֿיס, און טרעטן אױס קעגן מיר זײערע װעגן פֿון אומגליק.
13
זײ האָבן צעריסן מײַן שטעג, זײ העלפֿן מײַן בראָך; קײן העלפֿער זאָל זײ ניט זײַן!
14
װי אַ ברײטער װאַסערבראָך קומען זײ, מיט שטורעם קײַקלען זײ זיך אַרױף.
15
שרעקענישן זײַנען געקערט קעגן מיר, זײ יאָגן װי אַ װינט מײַן גדוּלה, און װי אַ װאָלקן איז אַװעק מײַן הילף.
16
און אַצונד צעגיסט זיך אין מיר מײַן זעל, טעג פֿון פּײַן האָבן מיך אָנגענומען.
17
די נאַכט בױערט מײַנע בײנער פֿון מיר, און מײַנע אָדערן ליגן ניט אײַן.
18
פֿון גרױס שטאַרקײט פֿון מײַן קרענק איז מײַן מלבוש פֿאַרביטן; װי דער קאָלנער פֿון מײַן העמד גורט זי מיך אַרום.
19
ער האָט מיך געװאָרפֿן אין קױט, און איך בין געגליכן צו שטױב און אַש.
20
איך שרײַ צו דיר, און דו ענטפֿערסט מיר ניט, איך שטײ, און דו קוקסט מיך אָן.
21
ביסט פֿאַרקערט געװאָרן אין אַן אַכזר צו מיר, מיט דער מאַכט פֿון דײַן האַנט פֿײַנטסטו מיך.
22
הײבסט מיך אױף אױפֿן װינט, מאַכסט מיך רײַטן דערױף, און מאַכסט צעגײן מײַן קראַפֿט.
23
יאָ, איך װײס, װעסט צום טױט מיך ברענגען, און צום זאַמלהױז פֿון אַלע לעבעדיקע.
24
אָבער שטרעקט מען ניט אױס די האַנט פֿון אַ חוּרבֿה, טאָמער װעט דערין זײַן אַ הילף פֿאַרן בראָך?
25
צי האָב איך ניט געװײנט פֿאַרן שװער געדריקטן? מײַן זעל האָט דאָך געקומערט פֿאַרן אבֿיון.
26
אָבער איך האָב געהאָפֿט אױף גוטס, און שלעכטס איז געקומען; און איך האָב געהאַרט אױף ליכט, און פֿינצטערניש איז געקומען.
27
מײַנע אינגעװײד קאָכן און רוען ניט; טעג פֿון פּײַן זײַנען געקומען אױף מיר.
28
פֿינצטער גײ איך אום, אָן זון; איך שטײ אױף אין אַ געזעמל און שרײַ.
29
איך בין געװאָרן אַ ברודער צו שאַקאַלן, און אַ חבֿר צו שטרױספֿױגלען.
30
מײַן הױט איז שװאַרץ געװאָרן אױף מיר, און מײַן געבײן איז צעברענט פֿון היץ.
31
און געװאָרן צו טרױער איז מײַן האַרף, און מײַן פֿלײט צו אַ קָול פֿון געװײן.