Yiddish
Hebrew
אידיש
1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט: 2 געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים; ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן. 3 איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות? און אױף װעמען גײט ניט אױף זײַן ליכט? 4 הײַנט װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן קעגן גאָט? און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ? 5 זע, אַזש די לבֿנה איז ניט העל, און די שטערן זײַנען ניט רײן אין זײַנע אױגן, 6 הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם, און אַ מענטשנקינד אַ מילב?
עברית
1 וַ֭יַּעַן בִּלְדַּ֥ד הַשֻּׁחִ֗י וַיֹּאמַֽר׃ 2 הַמְשֵׁ֣ל וָפַ֣חַד עִמּ֑וֹ עֹשֶׂ֥ה שָׁ֝ל֗וֹם בִּמְרוֹמָֽיו׃ 3 הֲיֵ֣שׁ מִ֭סְפָּר לִגְדוּדָ֑יו וְעַל־מִ֝֗י לֹא־יָק֥וּם אוֹרֵֽהוּ׃ 4 וּמַה־יִּצְדַּ֣ק אֱנ֣וֹשׁ עִם־אֵ֑ל וּמַה־יִּ֝זְכֶּ֗ה יְל֣וּד אִשָּֽׁה׃ 5 הֵ֣ן עַד־יָ֭רֵחַ וְלֹ֣א יַאֲהִ֑יל וְ֝כוֹכָבִ֗ים לֹא־זַכּ֥וּ בְעֵינָֽיו׃ 6 אַ֭ף כִּֽי־אֱנ֣וֹשׁ רִמָּ֑ה וּבֶן־אָ֝דָ֗ם תּוֹלֵעָֽה׃   פ