אידיש
1
האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:
2
דרום ענטפֿערן מיר מײַנע געדאַנקען – פֿון װעגן װאָס איך שפּיר אין מיר:
3
דעם פֿאָרװוּרף פֿון מײַן שאַנד האָב איך געהערט, און אַ גײַסט פֿון מײַן פֿאַרשטאַנד ענטפֿערט מיר.
4
װײסטו דאָס װאָס איז פֿון אײביק אָן, פֿון זינט דער מענטש איז געמאַכט אױף דער ערד?
5
אַז דאָס געזאַנג פֿון רשָעים איז אױף קורצן, און די שִׂמחה פֿון זינדיקן אױף אַ רגע?
6
װען ביזן הימל זאָל אַרױפֿגײן זײַן הײך, און זײַן קאָפּ זאָל ביזן װאָלקן דערגרײכן,
7
װעט ער װי זײַן אײגן קױט אױף אײביק אונטערגײן; זײַנע זעער װעלן זאָגן: װוּ איז ער?
8
װי אַ חָלום װעט ער אַװעקפֿליִען, און מע װעט אים ניט געפֿינען, און ער װעט פֿאַריאָגט װערן װי אַ זעונג פֿון דער נאַכט.
9
דאָס אױג האָט אים אָנגעקוקט, און ניט מער, און מער װעט אים ניט אָנזען זײַן אָרט.
10
זײַנע קינדער װעלן פֿאַרגיטיקן די אָרימע, יאָ, זײַנע אײגענע הענט װעלן צוריקגעבן זײַן גוטס.
11
זײַנע בײנער זײַנען פֿול מיט זײַן יוגנט, אָבער מיט אים אין שטױב װעט זי זיך לײגן.
12
הגם זיס איז דאָס בײז אין זײַן מױל, ער באַהאַלט עס אונטער זײַן צונג,
13
ער שױנט עס, און לאָזט עס ניט אָפּ, און האַלט עס צו אױף זײַן גומען,
14
װערט זײַן שפּײַז פֿאַרקערט אין זײַנע אינגעװײד, גאַל פֿון שלאַנגען איז אינעװײניק בײַ אים.
15
פֿאַרמעג האָט ער אײַנגעשלונגען, און װעט עס אױסברעכן, פֿון זײַן בױך װעט עס גאָט אַרױסטרײַבן.
16
גיפֿט פֿון שלאַנגען פֿלעגט ער זױגן, װעט די צונג פֿון אַ נאָטער אים הרגען.
17
ער װעט ניט אָנזען די בעכן, די טײַכנשטראָמען פֿון האָניק און שמאַנט.
18
ער גיט צוריק זײַן מי, און װעט עס ניט אַראָפּשלינגען, װי שטאַרק זײַן פֿאַרמעג, װעט ער זיך דערמיט ניט אָנפֿרײען.
19
װײַל ער האָט צעדריקט, הפֿקר געלאָזט די אָרימע, געגזלט אַ הױז װאָס ער האָט ניט געבױט.
20
װײַל ער האָט ניט געװוּסט קײן רו אין זײַן לײַב, װעט ער מיט זײַן שאַץ ניט אַנטרונען װערן.
21
ניטאָ קײן איבערבלײַב פֿון זײַן פֿרעסערײַ, דרום װעט זײַן גוטס ניט געװערן.
22
װען זײַן קראָפּ איז פֿול, װעט אים ענג װערן, װוּ אַ האַנט פֿון אַן אומגליקלעכן, װעט קומען אױף אים.
23
ער װעט האַלטן בײַ אָנפֿילן זײַן בױך, װעט גאָט אָנשיקן אױף אים זײַן גרימצאָרן, און מאַכן רעגענען אױף אים מיט זײַן שפּײַז.
24
ער װעט אַנטלױפֿן פֿון אַן אײַזערנעם װאַפֿן, װעט אים דורכלעכערן אַ קופּערנער בױגן.
25
ער טוט אַ צי, און עס קומט אַרױס פֿון לײַב, יאָ, די בליציקע פֿײַל גײט אַרױס פֿון זײַן גאַל; אימות זײַנען אױף אים.
26
גאָרע פֿינצטערניש איז באַהאַלטן פֿאַר זײַנע אוֹצרות, אים װעט פֿאַרצערן אַ פֿײַער פֿון קײנעם ניט אױפֿגעבלאָזן; עס װעט אָפּעסן דעם איבערבלײַב אין זײַן געצעלט.
27
די הימלען אַנטפּלעקן זײַן זינד, און די ערד שטעלט זיך אױף קעגן אים.
28
אַװעק װעט דער אײַנקום פֿון זײַן הױז, עס װערט צערונען אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.
29
דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן פֿון גאָט, און זײַן באַשערטע ירושה פֿון גאָט.