Yiddish
Hebrew
אידיש
1 מײַן געמיט איז צעװײטאָקט, מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן, דער קבֿר איז פֿאַר מיר. 2 פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר, און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג. 3 קער זיך צו, איך בעט דיך, זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן; װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן? 4 װאָרום זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל, צום ריכטיקן טוסטו זײ ניט דערהײבן. 5 דער װאָס מַסרט פֿון חניפֿה װעגן חבֿרים, אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער! 6 יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט, און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן. 7 און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע. 8 די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער, און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט. 9 און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג, און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט! 10 איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער, און איך װעל ניט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך. 11 מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען, מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן – די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן. 12 נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ:״נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער״. 13 אַז איך ריכט זיך אױף דער אונטערערד װי מײַן הײם, אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער, 14 צום קבֿר רוף איך: ״ביסט מײַן פֿאָטער!״ מײַן מוטער און מײַן שװעסטער״ צום װאָרעם, 15 הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג? יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען? 16 צו די ריגלען פֿון אונטערערד װעט זי נידערן, װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען.
עברית
1 רוּחִ֣י חֻ֭בָּלָה יָמַ֥י נִזְעָ֗כוּ קְבָרִ֥ים לִֽי׃ 2 אִם־לֹ֣א הֲ֭תֻלִים עִמָּדִ֑י וּ֝בְהַמְּרוֹתָ֗ם תָּלַ֥ן עֵינִֽי׃ 3 שִֽׂימָה־נָּ֭א עָרְבֵ֣נִי עִמָּ֑ךְ מִֽי ה֝֗וּא לְיָדִ֥י יִתָּקֵֽעַ׃ 4 כִּֽי־לִ֭בָּם צָפַ֣נְתָּ מִּשָּׂ֑כֶל עַל־כֵּ֝֗ן לֹ֣א תְרֹמֵֽם׃ 5 לְ֭חֵלֶק יַגִּ֣יד רֵעִ֑ים וְעֵינֵ֖י בָנָ֣יו תִּכְלֶֽנָה׃ 6 וְֽ֭הִצִּגַנִי לִמְשֹׁ֣ל עַמִּ֑ים וְתֹ֖פֶת לְפָנִ֣ים אֶֽהְיֶֽה׃ 7 וַתֵּ֣כַהּ מִכַּ֣עַשׂ עֵינִ֑י וִֽיצֻרַ֖י כַּצֵּ֣ל כֻּלָּֽם׃ 8 יָשֹׁ֣מּוּ יְשָׁרִ֣ים עַל־זֹ֑את וְ֝נָקִ֗י עַל־חָנֵ֥ף יִתְעֹרָֽר׃ 9 וְיֹאחֵ֣ז צַדִּ֣יק דַּרְכּ֑וֹ וּֽטֳהָר־יָ֝דַ֗יִם יֹסִ֥יף אֹֽמֶץ׃ 10 וְֽאוּלָ֗ם כֻּלָּ֣ם תָּ֭שֻׁבוּ וּבֹ֣אוּ נָ֑א וְלֹֽא־אֶמְצָ֖א בָכֶ֣ם חָכָֽם׃ 11 יָמַ֣י עָ֭בְרוּ זִמֹּתַ֣י נִתְּק֑וּ מ֖וֹרָשֵׁ֣י לְבָבִֽי׃ 12 לַ֭יְלָה לְי֣וֹם יָשִׂ֑ימוּ א֝֗וֹר קָר֥וֹב מִפְּנֵי־חֹֽשֶׁךְ׃ 13 אִם־אֲ֭קַוֶּה שְׁא֣וֹל בֵּיתִ֑י בַּ֝חֹ֗שֶׁךְ רִפַּ֥דְתִּי יְצוּעָֽי׃ 14 לַשַּׁ֣חַת קָ֭רָאתִי אָ֣בִי אָ֑תָּה אִמִּ֥י וַ֝אֲחֹתִ֗י לָֽרִמָּֽה׃ 15 וְ֭אַיֵּה אֵפ֣וֹ תִקְוָתִ֑י וְ֝תִקְוָתִ֗י מִ֣י יְשׁוּרֶֽנָּה׃ 16 בַּדֵּ֣י שְׁאֹ֣ל תֵּרַ֑דְנָה אִם־יַ֖חַד עַל־עָפָ֣ר נָֽחַת׃   ס