אידיש
1
דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ, האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס.
2
װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן, און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט ניט.
3
און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן? און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?
4
װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן? קײן אײנער ניט.
5
אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן, די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר, גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען ניט אַריבער,
6
קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו, ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג.
7
װאָרום פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג; אַז ער װערט אָפּגעשניטן, באַנײַט ער זיך װידער, און זײַן שפּראָץ הערט ניט אױף.
8
אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל, און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם,
9
פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף, און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג.
10
אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק, און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?
11
װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים, און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;
12
און דער מענטש לײגט זיך און שטײט ניט אױף; ביז קײן הימל װעט ניט זײַן װעלן זײ זיך ניט אױפֿכאַפּן, און ניט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף.
13
װען דו װאָלסט מיך אין אונטערערד באַהאַלטן, מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן, מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –
14
אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? – אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרטביז מײַן אורלױב װעט קומען.
15
װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט, װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט.
16
אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט, װאַרטסט צו מאָל ניט אױף מײַן חטא.
17
פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך, און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד.
18
יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך, און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;
19
װאַסער צערײַבט שטײנער, אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד; אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן.
20
שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט, פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק.
21
זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס ניט, און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ ניט.
22
נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים, און זײַן זעל טרױערט אױף אים.