Yiddish
Hebrew
אידיש
1 זע, אַלץ האָט געזען מײַן אױג, מײַן אױער האָט געהערט און זיך געמערקט. 2 װי איר װײסט, װײס איך אױך, איך פֿאַל ניט אַראָפּ קעגן אײַך. 3 אָבער איך װיל צום אַלמאַכטיקן רעדן, און טענהן צו גאָט װיל איך. 4 איר אָבער זײַט שמירער פֿון ליגן, נישטיקע רופֿאים זײַט איר אַלע. 5 הלװאי װאָלט איר שװײַגן געשװיגן, װאָלט דאָס פֿון אײַך אַ חכמה געװען. 6 הערט אַקאָרשט מײַן טענה, און די קריג פֿון מײַנע ליפּן פֿאַרנעמט. 7 װילט איר פֿאַר גאָט רעדן אומרעכט, און פֿאַר אים רעדן באַטרוג? 8 װילט איר זײַן פּנים שאַנעװען, צי װילט איר פֿאַר גאָט זיך קריגן? 9 װעט גוט זײַן אַז ער װעט אײַך אױספֿאָרשן? צי װי מע נאַרט אַ מענטשן װעט איר אים אָפּנאַרן? 10 שטראָפֿן װעט ער אײַך שטראָפֿן, אױב איר װעט אין פֿאַרבאָרגעניש שאַנעװען. 11 פֿאַר װאָר, זײַן גרױסקײט װעט אײַך דערשרעקן, און זײַן פּחד װעט פֿאַלן אױף אײַך. 12 אײַערע בײַשפּילן זײַנען געגליכן צו אַש, צו הױפֿנס לײם אײַערע רײד הױפֿנס. 13 לאָזט מיך אָפּ, און איך װעל רעדן, און זאָל קומען אױף מיר װאָס װיל. 14 מעג זײַן װאָס, איך װעל נעמען מײַן פֿלײש אין מײַנע צײן, און מײַן לעבן װעל איך אײַנשטעלן אין מײַן האַנט. 15 אָט װעט ער מיך טײטן – איך ריכט זיך אױף אים – אָבער מײַנע װעגן װעל איך אױפֿװײַזן פֿאַר אים. 16 שױן דאָס װעט מיר זײַן אַ הילף, װאָס פֿאַר אים קען קײן פֿאַלשער ניט קומען. 17 הערן הערט-צו מײַן װאָרט, און מײַן אַרױסזאָג מיט אײַערע אױערן. 18 אָט, איך בעט אײַך, לײג איך פֿאָר דעם משפּט; איך װײס אַז איך װעל זײַן גערעכט. 19 װער איז דער װאָס קען קריגן מיט מיר? װאָרום דענצמאָל װאָלט איך שװײַגן און פֿאַרגײן. 20 נאָר צװײ זאַכן זאָלסטו ניט טאָן מיט מיר, דענצמאָל װעל איך פֿאַר דײַן פּנים זיך ניט פֿאַרבאָרגן: 21 דײַן האַנט דערװײַטער פֿון מיר, און דײַן אימה זאָל מיך ניט שרעקן. 22 און רוף, און איך װעל דיר ענטפֿערן, צי איך װעל רעדן, און ענטפֿער דו מיר. 23 װיפֿיל האָב איך זינד און חטאים? מײַן פֿאַרברעך און מײַן חטא לאָז מיך װיסן. 24 פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, און רעכנסט מיך פֿאַר אַ שׂונא צו דיר? 25 צי אַ געטריבן בלאַט װילסטו אײַנשרעקן, און אַ פֿאַרטריקנטן שטרױ װילסטו נאָכיאָגן? 26 װאָס דו שרײַבסט מיר אָן ביטערנישן, און מאַכסט מיך יַרשען די זינד פֿון מײַן יוגנט; 27 און טוסט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, און היטסט אַלע מײַנע שטעגן; אַרום מײַנע פֿוסטריט גריבלסטו זיך. 28 און איך בין װי אַ לאָגל װאָס צעקריכט, װי אַ בגד װאָס מאָיל האָט אים צעפֿרעסן.
עברית
1 הֶן־כֹּ֭ל רָאֲתָ֣ה עֵינִ֑י שָֽׁמְעָ֥ה אָ֝זְנִ֗י וַתָּ֥בֶן לָֽהּ׃ 2 כְּֽ֭דַעְתְּכֶם יָדַ֣עְתִּי גַם־אָ֑נִי לֹא־נֹפֵ֖ל אָנֹכִ֣י מִכֶּֽם׃ 3 אוּלָ֗ם אֲ֭נִי אֶל־שַׁדַּ֣י אֲדַבֵּ֑ר וְהוֹכֵ֖חַ אֶל־אֵ֣ל אֶחְפָּֽץ׃ 4 וְֽאוּלָ֗ם אַתֶּ֥ם טֹֽפְלֵי־שָׁ֑קֶר רֹפְאֵ֖י אֱלִ֣ל כֻּלְּכֶֽם׃ 5 מִֽי־יִ֭תֵּן הַחֲרֵ֣שׁ תַּחֲרִישׁ֑וּן וּתְהִ֖י לָכֶ֣ם לְחָכְמָֽה׃ 6 שִׁמְעוּ־נָ֥א תוֹכַחְתִּ֑י וְרִב֖וֹת שְׂפָתַ֣י הַקְשִֽׁיבוּ׃ 7 הַ֭לְאֵל תְּדַבְּר֣וּ עַוְלָ֑ה וְ֝ל֗וֹ תְּֽדַבְּר֥וּ רְמִיָּֽה׃ 8 הֲפָנָ֥יו תִּשָּׂא֑וּן אִם־לָאֵ֥ל תְּרִיבֽוּן׃ 9 הֲ֭טוֹב כִּֽי־יַחְקֹ֣ר אֶתְכֶ֑ם אִם־כְּהָתֵ֥ל בֶּ֝אֱנ֗וֹשׁ תְּהָתֵ֥לּוּ בֽוֹ׃ 10 הוֹכֵ֣חַ יוֹכִ֣יחַ אֶתְכֶ֑ם אִם־בַּ֝סֵּ֗תֶר פָּנִ֥ים תִּשָּׂאֽוּן׃ 11 הֲלֹ֣א שְׂ֭אֵתוֹ תְּבַעֵ֣ת אֶתְכֶ֑ם וּ֝פַחְדּ֗וֹ יִפֹּ֥ל עֲלֵיכֶֽם׃ 12 זִֽ֭כְרֹנֵיכֶם מִשְׁלֵי־אֵ֑פֶר לְגַבֵּי־חֹ֝֗מֶר גַּבֵּיכֶֽם׃ 13 הַחֲרִ֣ישׁוּ מִ֭מֶּנִּי וַאֲדַבְּרָה־אָ֑נִי וְיַעֲבֹ֖ר עָלַ֣י מָֽה׃ 14 עַל־מָ֤ה אֶשָּׂ֣א בְשָׂרִ֣י בְשִׁנָּ֑י וְ֝נַפְשִׁ֗י אָשִׂ֥ים בְּכַפִּֽי׃ 15 הֵ֣ן יִ֭קְטְלֵנִי לא אֲיַחֵ֑ל אַךְ־דְּ֝רָכַ֗י אֶל־פָּנָ֥יו אוֹכִֽיחַ׃ 16 גַּם־הוּא־לִ֥י לִֽישׁוּעָ֑ה כִּי־לֹ֥א לְ֝פָנָ֗יו חָנֵ֥ף יָבֽוֹא׃ 17 שִׁמְע֣וּ שָׁ֭מוֹעַ מִלָּתִ֑י וְ֝אֽ͏ַחֲוָתִ֗י בְּאָזְנֵיכֶֽם׃ 18 הִנֵּה־נָ֭א עָרַ֣כְתִּי מִשְׁפָּ֑ט יָ֝דַ֗עְתִּי כִּֽי־אֲנִ֥י אֶצְדָּֽק׃ 19 מִי־ה֭וּא יָרִ֣יב עִמָּדִ֑י כִּֽי־עַתָּ֖ה אַחֲרִ֣ישׁ וְאֶגְוָֽע׃ 20 אַךְ־שְׁ֭תַּיִם אַל־תַּ֣עַשׂ עִמָּדִ֑י אָ֥ז מִ֝פָּנֶ֗יךָ לֹ֣א אֶסָּתֵֽר׃ 21 כַּ֭פְּךָ מֵעָלַ֣י הַרְחַ֑ק וְ֝אֵ֥מָתְךָ֗ אַֽל־תְּבַעֲתַֽנִּי׃ 22 וּ֭קְרָא וְאָנֹכִ֣י אֶֽעֱנֶ֑ה אֽוֹ־אֲ֝דַבֵּ֗ר וַהֲשִׁיבֵֽנִי׃ 23 כַּמָּ֣ה לִ֭י עֲוֺנ֣וֹת וְחַטָּא֑וֹת פִּֽשְׁעִ֥י וְ֝חַטָּאתִ֗י הֹדִיעֵֽנִי׃ 24 לָֽמָּה־פָנֶ֥יךָ תַסְתִּ֑יר וְתַחְשְׁבֵ֖נִי לְאוֹיֵ֣ב לָֽךְ׃ 25 הֶעָלֶ֣ה נִדָּ֣ף תַּעֲר֑וֹץ וְאֶת־קַ֖שׁ יָבֵ֣שׁ תִּרְדֹּֽף׃ 26 כִּֽי־תִכְתֹּ֣ב עָלַ֣י מְרֹר֑וֹת וְ֝תוֹרִישֵׁ֗נִי עֲוֺנ֥וֹת נְעוּרָֽי׃ 27 וְתָ֘שֵׂ֤ם בַּסַּ֨ד רַגְלַ֗י וְתִשְׁמ֥וֹר כָּל־אָרְחוֹתָ֑י עַל־שָׁרְשֵׁ֥י רַ֝גְלַ֗י תִּתְחַקֶּֽה׃ 28 וְ֭הוּא כְּרָקָ֣ב יִבְלֶ֑ה כְּ֝בֶ֗גֶד אֲכָ֣לוֹ עָֽשׁ׃