אידיש
1
פֿאַר װאָר, די חכמה רופֿט, און פֿאַרשטאַנדיקײט לאָזט אַרױס איר קָול.
2
אױפֿן שפּיץ פֿון די הױכע ערטער בײַם װעג, בײַם צונױפֿקום פֿון שטעגן, האָט זי זיך געשטעלט;
3
לעבן די טױערן, בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט, בײַם אַרײַנקום אין די טירן שרײַט זי אױס:
4
צו אײַך, מענער, רוף איך, און מײַן קָול איז צו די מענטשנקינדער.
5
איר פֿאַרנאַרטע, פֿאַרשטײט קלוגשאַפֿט, און איר נאַרן, קריגט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ!
6
הערט צו, װאָרום געהױבנס װעל איך רעדן, און די עפֿענונג פֿון מײַנע ליפּן װעט זײַן די ריכטיקײט.
7
װאָרום מײַן גומען װעט רעדן אמת, און שלעכטס איז די אומװערדיקײט פֿון מײַנע ליפּן.
8
מיט גערעכטיקײט זײַנען אַלע װערטער פֿון מײַן מױלניטאָ אין זײ פֿאַרדרײטס און קרומס.
9
זײ אַלע זײַנען קלאָר פֿאַרן פֿאַרשטאַנדיקן, און רעכטפֿאַרטיק פֿאַר די װאָס געפֿינען קענשאַפֿט.
10
נעמט מײַן מוסר, און ניט זילבער, און קענשאַפֿט אײדער געקליבנסטע גאָלד.
11
װאָרום חכמה איז בעסער פֿון פּערל, און קײן חפֿצים זײַנען ניט גלײַך צו איר.
12
איך חכמה װױן מיט געשײַטקײט, און קענשאַפֿט פֿון אײַנפֿאַלן טו איך געפֿינען.
13
מורא פֿאַר גאָט איז פֿײַנט האָבן שלעכטס; האָפֿערדיקײט און גאװה, און דעם װעג פֿון שלעכטס, און אַ מױל מיט פֿאַרקערטקײט האָב איך פֿײַנט.
14
איך האָב עצות און בריהשאַפֿט, איך בין פֿאַרשטאַנדיקײט, גבֿורה איז מײַן.
15
דורך מיר קיניגן מלכים, און פֿירשטן מאַכן גערעכטע געזעצן.
16
דורך מיר הערשן די הערשער, און די אַדללײַט – אַלע ריכטער פֿון דער ערד.
17
איך האָב ליב מײַנע ליבהאָבער, און מײַנע זוכער געפֿינען מיך.
18
עשירות און כּבֿוד זײַנען בײַ מיר, גרױס גוטס און הצלחה.
19
מײַן פֿרוכט איז בעסער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד, און מײַן אײַנקום פֿון געקליבנסטן זילבער.
20
אין דעם װעג פֿון רעכטפֿאַרטיקײט גײ איך, אין די שטעגן פֿון גערעכטיקײט;
21
צו מאַכן אַרבן מײַנע ליבהאָבער גוטס, און זײערע שאַצקאַמערן זאָל איך אָנפֿילן.
22
גאָט האָט מיך באַשאַפֿן אין אָנהײב פֿון זײַן װעג, דאָס ערשטע פֿון זײַנע װערק לאַנג צוריק.
23
פֿון אײביק אָן בין איך געפֿורעמט, פֿון אָנהײב, פֿון אײדער די ערד איז געװען.
24
װען די תּהומען זײַנען נאָך ניט געװעןבין איך געבאָרן געװאָרן, װען ניט געװען נאָך קײן קװאַלןמיט װאַסער באַלאָדן.
25
אײדער די בערג זײַנען אַרײַנגעזעצט געװאָרן, פֿאַר די הײכן, בין איך געבאָרן געװאָרן;
26
װען ער האָט נאָך ניט געהאַט געמאַכט ערד און פֿעלדער, און די ערשטע שטױבן פֿון דער װעלט.
27
װען ער האָט צוגעגרײט די הימלען, בין איך געװען דערבײַ; װען ער האָט געצײכנט אַ צירקל אױפֿן געזיכט פֿון תּהָום;
28
װען ער האָט באַפֿעסטיקט די װאָלקנס פֿון אױבן, װען ער האָט באַװעלטיקט די קװאַלן פֿון תּהָום,
29
װען ער האָט געשטעלט דעם ים זײַן געזעץ, אַז די װאַסערן זאָלן ניט אַריבערגײן זײַן ראַנד, װען ער האָט באַשטימט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד,
30
האָב איך זיך דערצױגן בײַ אים; און איך בין געװען אַ פֿרײד טאָגטעגלעך, זיך געשפּילט פֿאַר אים די גאַנצע צײַט;
31
זיך געשפּילט אױף זײַן ערדישער װעלט, און מײַן פֿרײד געהאַט בײַ די מענטשנקינדער.
32
און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און װױל צו די װאָס היטן מײַנע װעגן.
33
הערט צו מוסר, און װערט קלוג, און איר זאָלט ניט פֿאַרװילדערט װערן.
34
װױל צו דעם מענטשן װאָס הערט מיר צו, צו װאַכן בײַ מײַנע טירן טאָגטעגלעך, צו היטן די בײַשטידלען פֿון מײַנע אײַנגאַנגען!
35
װאָרום דער װאָס געפֿינט מיך, געפֿינט לעבן, און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט.
36
און דער װאָס פֿאַרפֿעלט מיך, באַרױבט זיך אַלײן, אַלע װאָס האָבן מיך פֿײַנט האָבן ליב דעם טױט.