אידיש
1
מײַן זון, היט מײַנע װערטער, און מײַנע געבאָט זאָלסטו באַהאַלטן בײַ דיר.
2
היט מײַנע געבאָט, כּדי זאָלסט לעבן, און מײַן לערנונג, װי דעם שװאַרצאַפּל פֿון דײַנע אױגן.
3
בינד זײ אָן אױף דײַנע פֿינגער, שרײַב זײ אָן אױף דעם טאָװל פֿון דײַן האַרצן.
4
זאָג צו דער חכמה: דו ביסט מײַן שװעסטער; און פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו רופֿן פֿרײַנט;
5
כּדי זײ זאָלן דיך באַהיטן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ, פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד.
6
װאָרום דורכן פֿענצטער פֿון מײַן הױז, דורך מײַן פֿאָרטקע האָב איך אַרױסגעקוקט;
7
און איך האָב געזען צװישן די נאַרן, געמערקט צװישן די יונגעלײַט, אַ יונג אָן שׂכל,
8
װי ער גײט פֿאַרבײַ אין גאַס לעבן איר װינקל, און שפּרײַזט אױפֿן װעג צו איר הױז,
9
פֿאַרנאַכט אין אָװנט פֿון טאָג, אין טיפֿער נאַכט און פֿינצטערניש.
10
ערשט אַ פֿרױ קומט אים אָן אַנטקעגן, מיט דעם אָנטו פֿון אַ זונה, און מיט אַ באַהאַלטענעם האַרצן.
11
רױשיק איז זי און אױסגעלאַסן, אירע פֿיס רוען ניט אין איר הױז.
12
אַ מאָל אין גאַס, אַ מאָל אױף די מערק, און בײַ אַלע עקן טוט זי לױערן.
13
און זי נעמט אים אָן, און זי קושט אים, זי פֿאַרשײַט איר פּנים און זאָגט צו אים:
14
פֿרידאָפּפֿער האָב איך אױף מיר, הײַנט באַצאָל איך מײַנע נדרים.
15
דרום בין איך אַרױס דיר אַנטקעגן, צו זוכן דײַן פּנים, און איך האָב דיך געפֿונען.
16
מיט דעקן האָב איך איבערגעדעקט מײַן בעט, מיט געשטרײַפֿטע געשפּינסן פֿון מצרַיִם.
17
איך האָב באַשפּריצט מײַן געלעגערמיט מירע, אַלאָע, און צימערינג.
18
קום, לאָמיר זיך זעטן מיט ליבע ביזן פֿרימאָרגן, לאָמיר זיך קװיקן מיט ליבשאַפֿט.
19
װאָרום מײַן מאַן איז ניטאָ אין דער הײם, ער איז אַװעק אױף אַ װײַטן װעג.
20
דאָס בײַטל געלט האָט ער מיטגענומען מיט זיך, אין טאָג פֿון האַלבן חודש װעט ער קומען אַהײם.
21
זי ציט אים מיט איר פֿיל אײַנרעדעניש, מיט אירע גלאַטע ליפּן פֿאַרפֿירט זי אים.
22
ער גײט איר נאָך באַלד, װי אַן אָקס װאָס גײט צו דער שחיטה, און װי אױף אַ קײט צו דער שטראָף פֿון דעם נאַרן.
23
ביז אַ פֿײַל שפּאַלט דורך זײַן לעבער; װי אַ פֿױגל אײַלט צו דער נעץ, און װײס ניט אַז עס איז אום איר לעבן.
24
און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און פֿאַרנעמט די װערטער פֿון מײַן מױל.
25
זאָל ניט אָפּקערן צו אירע װעגן דײַן האַרץ, זאָלסט ניט פֿאַרבלאָנדזשען אין אירע שטעגן.
26
װאָרום אַ סך דערשלאָגענע האָט זי אַװעקגעלײגט, און פֿיל זײַנען אירע דערהרגעטע.
27
װעגן צו דער אונטערערד איז איר הױז, זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון טױט.