אידיש
1
הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער, און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.
2
װאָרום אַ גוטע לער גיב איך אײַך, איר זאָלט מײַן תּורה ניט פֿאַרלאָזן.
3
װאָרום איך בין אױך געװען אַ זון בײַ מײַן פֿאָטער, אַ ציטעריקער און אַן אײנאײנציקער פֿאַר מײַן מוטער.
4
און ער האָט מיך געלערנט, און מיר געזאָגט: זאָל דײַן האַרץ זיך האַלטן אָן מײַנע װערטער, היט מײַנע געבאָט, און לעב.
5
קױף חכמה, קױף פֿאַרשטאַנדיקײט; זאָלסט ניט פֿאַרגעסן, און זיך ניט אָפּנײַגן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.
6
זאָלסט זי ניט פֿאַרלאָזן, און זי װעט דיך באַהיטן, האָב זי ליב, און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן.
7
דער אָנהײב פֿון חכמה איז: קױף חכמה, יאָ, מיט דײַן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט.
8
האַלט זי הױך, און זי װעט דיך דערהײבן; זי װעט דיר אָנטאָן כּבֿוד, אַז דו װעסט זי האַלדזן.
9
זי װעט געבן דײַן קאָפּ אַ קראַנץ פֿון חן, אַ קרױן פֿון שײנקײט װעט זי דיר דערלאַנגען.
10
הער, מײַן זון, און פֿאַרנעם מײַנע װערטער, און דיר װעלן געמערט װערן יאָרן פֿון לעבן.
11
אין דעם װעג פֿון חכמה האָב איך דיך געלערנט, דיך געפֿירט אין די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט.
12
אַז דו װעסט גײן, װעט ניט ענג זײַן דײַן טריט, און אַז דו װעסט לױפֿן, װעסטו ניט געשטרױכלט װערן.
13
האַלט זיך אָן מוסר, זאָלסט ניט אָפּלאָזן, היט דאָס אָפּ, װאָרום דאָס איז דײַן לעבן.
14
אין שטעג פֿון די רשָעים זאָלסטו ניט קומען, און ניט טרעטן אין װעג פֿון די שלעכטע.
15
מײַד אים אױס, זאָלסט אים ניט פֿאַרבײַגײן, װײַך פֿון אים, און גײ אַװעק.
16
װאָרום זײ קענען ניט שלאָפֿן װוּ זײ טוען ניט שלעכטס, און זײער שלאָף איז גערױבט װוּ זײ מאַכן ניט שטרױכלען.
17
װאָרום זײ שפּײַזן זיך מיט שפּײַז פֿון שלעכטס, און װײַן פֿון רױב טרינקען זײ.
18
אָבער דער שטעג פֿון די צדיקים איז װי דאָס ליכט פֿון באַגינען, װאָס װערט אַלץ ליכטיקער ביז אין רעכטן טאָג.
19
דער װעג פֿון די רשָעים איז װי פֿינצטערניש, זײ װײסן ניט אָן װאָס זײ װעלן געשטרױכלט װערן.
20
מײַן זון, פֿאַרנעם מײַנע רײד, נײַג צו דײַן אױער צו מײַנע װערטער.
21
זאָלן זײ זיך ניט אָפּטאָן פֿון דײַנע אױגן; היט זײ אין דײַן האַרצן.
22
װאָרום זײ זײַנען לעבן פֿאַר די װאָס געפֿינען זײ, און אַ הײלונג פֿאַר זײער גאַנצן לײַב.
23
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ, װאָרום פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
24
טו אָפּ פֿון דיר אַ קרום מױל, און פֿאַרקערטע ליפּן דערװײַטער פֿון דיר.
25
דײַנע אױגן זאָלן קוקן אַנטקעגן, און דײַנע ברעמען זאָלן בליקן גלײַך פֿאַר דיר.
26
האַלט גלײַך דעם שטעג פֿון דײַנע פֿיס, און אַלע דײַנע װעגן זאָלן זײַן ריכטיק.
27
זאָלסט זיך ניט נײַגן רעכטס אָדער לינקס, טו אָפּ דײַן פֿוס פֿון שלעכטס.