אידיש
1
די װערטער פֿון מלך למואֵל, אַ מוסר װאָס זײַן מוטער האָט אים געלערנט.
2
נײן, מײַן זון! און נײן, זון פֿון מײַן לײַב, און נײן, זון פֿון מײַנע נדרים;
3
זאָלסט ניט אַװעקגעבן אױף װײַבער דײַן כּוח, און דײַנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים.
4
ניט פֿאַר מלכים, למואֵל, ניט פֿאַר מלכים איז טרינקען װײַן, און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!
5
כּדי זײ זאָלן ניט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ, און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע.
6
גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם, און װײַן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט.
7
זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן זײַן אָרימקײטאון זײַן מאַטערניש מער ניט געדענקען.
8
עפֿן דײַן מױל פֿאַר דעם שטומען, פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײיִקע.
9
עפֿן דײַן מױל, משפּט מיט גערעכטיקײט, און טו רעכט דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון.
10
אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען? און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.
11
דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר, און אים פֿעלט ניט קײן אײַנקום.
12
זי טוט אים גוטס און ניט שלעכטס, אַלע טעג פֿון איר לעבן.
13
זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס, און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט.
14
זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן, פֿון דער װײַטן ברענגט זי איר ברױט.
15
און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט, און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט, און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.
16
זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד, און קױפֿט עס, פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װײַנגאָרטן.
17
זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן, און זי שטאַרקט אירע אָרעמס.
18
זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט; ניט פֿאַרלאָשן בײַ נאַכט װערט איר ליכט.
19
אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד, און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל.
20
איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרימאַן, און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון.
21
זי האָט ניט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ, װאָרום איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט.
22
דעקן מאַכט זי זיך, פֿײַנלײַנען און פּורפּל איז איר מלבוש.
23
באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן, װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד.
24
אַ לײַנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט, און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן.
25
שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש, און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג.
26
איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה, און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.
27
זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז, און זי עסט ניט דאָס ברױט פֿון פֿױלקײט.
28
אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי, איר מאַן – און ער רימט זי:
29
״פֿיל טעכטער האָבן אױפֿגעטאָן בריהשאַפֿט, אָבער דו שטײַגסט זײ אַלע אַריבער״.
30
חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק, אַ גאָטספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן.
31
גיט איר פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט, און זאָלן אירע מעשׂים זי רימען אין די טױערן.