אידיש
1
אױך די דאָזיקע זײַנען שפּריכװערטער פֿון שלמהן, װאָס די לײַט פֿון חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה האָבן איבערגעשריבן.
2
דער כּבֿוד פֿון גאָט איז פֿאַרבאָרגן אַ זאַך, און דער כּבֿוד פֿון מלכים איז אױספֿאָרשן אַ זאַך.
3
דער הימל אין הײך, און די ערד אין טיפֿקײט, און דאָס האַרץ פֿון מלכים, איז ניט צו דערפֿאָרשן.
4
נעם אַרױס די פּסולת פֿון זילבער, און בײַם שמעלצער קומט אַרױס אַ כּלי;
5
נעם אַװעק דעם רָשע פֿון פֿאַרן מלך, און זײַן טראָן װעט שטײן פֿעסט אױף גערעכטיקײט.
6
זאָלסט זיך ניט שײנדלען פֿאַרן מלך, און אין דעם אָרט פֿון גרױסע לײַט זאָלסטו ניט שטײן.
7
װאָרום בעסער מע זאָל דיר זאָגן: ״קום אַרױף אַהער!״אײדער מע זאָל דיך דערנידערן פֿאַר דעם פֿירשט, װי דײַנע אױגן האָבן געזען.
8
זאָלסט ניט אַרױסגײן האַסטיק זיך קריגן, װאָרום װאָס װעסטו טאָן צום סָוף דערפֿון, אַז דײַן חבֿר װעט דיך מאַכן צו שאַנד?
9
קריג זיך דײַן קריג מיט דײַן חבֿר, אָבער אַ פֿרעמדנס סָוד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן;
10
כּדי דער צוהערער זאָל דיך ניט זידלען, װאָרום דײַן רכילות קען ניט צוריקגענומען װערן.
11
גילדערנע עפּל אין זילבערנע פּוץ-כּלים, איז אַ װאָרט גערעדט צו דער זאַך.
12
אַ גילדערנער אױרינג און אַ צירונג פֿון גינגאָלד איז אַ קלוגער מוסר-זאָגער פֿאַרן אױער פֿון הערער.
13
װי שנײיִקע קעלט אין טאָג פֿון שניט, איז אַ באַגלױבטער שָלִיח פֿאַר די װאָס שיקן אים; װאָרום ער דערקװיקט די זעל פֿון זײַן האַר.
14
װאָלקנס און װינט אָן רעגן, איז אַ מענטש װאָס רימט זיך מיט אַ פֿאַלשער מתּנה.
15
מיט אײַנגעהאַלטנקײט װערט איבערגערעדט דער פֿירשט, און אַ װײכע צונג צעברעכט אַ בײן.
16
האָסטו געפֿונען האָניק, עס פֿיל עס איז גענוג פֿאַר דיר, כּדי זאָלסט זיך ניט איבערזעטן דערמיט, און עס אױסברעכן.
17
מאַך דײַן פֿוס זעלטן אין הױז פֿון דײַן חבֿר, כּדי ער זאָל ניט זאַט װערן מיט דיר, און דיך פֿײַנט קריגן.
18
אַ ברעכשטאַנג און אַ שװערד און שאַרפֿע פֿײַלאיז אַ מענטש װאָס זאָגט פֿאַלשע עדות אױף זײַן חבֿר.
19
אַ צעבראָכענער צאָן און אַן אױסגעלונקענער פֿוס, איז די פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פֿעלשער אין טאָג פֿון נױט.
20
װי דער װאָס טוט אױס דעם בגד אין אַ קאַלטן טאָג, װי עסיק אױף לױגזאַלץ, אַזױ דער װאָס זינגט לידערפֿאַר אַן אומעטיקן האַרצן.
21
אַז דײַן שׂונא איז הונגעריק, גיב אים עסן ברױט, און אַז ער איז דאָרשטיק, גיב אים טרינקען װאַסער;
22
װאָרום קױלן שיטסטו אים אױפֿן קאָפּ, און גאָט װעט דיר באַצאָלן.
23
צפֿון-װינט ברענגט רעגן, און אַ פֿאַרשטעלטע צונג פֿאַרדראָסיקע פּנימער.
24
בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך, אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.
25
קאַלטע װאַסער פֿאַר אַ פֿאַרשמאַכטער זעל, אַזױ איז אַ גוטע בשׂורה פֿון אַ װײַטן לאַנד.
26
אַ קױטיקער קװאַל, און אַ דומפּיקער ברונעםאיז אַ צדיק װאָס בײגט זיך פֿאַרן רָשע.
27
צו פֿיל האָניק עסן איז ניט גוט; און כּבֿוד הײסט פֿאַרשטײן דעם אײגענעם כּבֿוד.
28
אַן אײַנגעבראָכענע שטאָט אָן אַ מױעראיז אַ מענטש װאָס ניטאָ קײן אָפּהאַלט פֿאַר זײַן געמיט.