אידיש
1
בעסער אַן אָרימאַן װאָס גײט אין זײַן ערלעכקײט, אײדער דער װאָס האָט פֿאַרקרימטע ליפּן, און איז אַ נאַר.
2
אױך, פֿון זיך אַלײן ניט קענען, קומט ניט קײן גוטס, און דער װאָס אײַלט מיט די פֿיס, זינדיקט.
3
אַ מענטשנס נאַרישקײט פֿאַרדרײט זײַן װעג, און אױף גאָט צערנט זײַן האַרץ.
4
רײַכטום קריגט-צו פֿיל גוטע פֿרײַנט, און דער אָרימאַן װערט צעשײדט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט.
5
אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן, און דער װאָס אָטעמט מיט ליגן, װעט ניט אַנטרונען װערן.
6
פֿיל זוכן די לײַטזעליקײט פֿון דעם נַדבֿן, און איטלעכער איז אַ גוטער פֿרײַנט דעם געבער.
7
אַלע ברידער פֿון דעם אָרימאַן האָבן אים פֿײַנט, און װי שױן דערװײַטערן זיך פֿון אים זײַנע גוטע פֿרײַנט! דער װאָס יאָגט זיך אַרום מיט װערטערװעט ער בײַ זײ בלײַבן.
8
דער װאָס קױפֿט זיך אײַן שׂכל, האָט ליב זײַן זעל, דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט, װעט געפֿינען גוטס,
9
אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן, און דער װאָס אָטעמט מיט ליגנס, װעט אונטערגײן.
10
תּענוג פּאַסט ניט פֿאַרן נאַרן, הײַנט װי שױן פֿאַר אַ קנעכט צו געװעלטיקן איבער האַרן!
11
דער שׂכל פֿון אַ מענטשן איז אײַנצוהאַלטן זײַן צאָרן, און אַ צירונג פֿאַר אים איז צו פֿאַרגעבן זינד.
12
אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס צאָרן, און װי טױ אױפֿן גראָז זײַן גוטװיליקײט.
13
אַן אומגליק פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר; און װי אַ נודנע טריפֿעניש זײַנען די קריג פֿון אַ װײַב.
14
הױז און גוטס איז אַ ירושה פֿון עלטערן, אָבער אַ געראָטענע װײַב איז פֿון גאָט.
15
פֿױלקײט װאַרפֿט אָן אַ דרעמל, און אַן אָפּגעלאָזטער נפֿש װעט הונגערן.
16
דער װאָס היט דאָס געבאָט, היט זײַן זעל, דער װאָס פֿאַרװאָרלאָזט זײַנע װעגן, װעט שטאַרבן.
17
דער װאָס שענקט דעם אָרימאַן, אַנטלײַט גאָט, און זײַן טובֿה װעט ער אים אומקערן.
18
שטראָף דײַן זון, װען עס איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג, אָבער זאָלסט זיך ניט אָנלײגן אים אומצוברענגען.
19
אַ גרױסער כּעסן מוז לײַדן די שטראָף, װאָרום אַז דו װילסט אים אַװעקרײַסן, מאַכסטו נאָך ערגער.
20
הער-צו אַן עצה, און נעם אָן מוסר, כּדי דו זאָלסט קלוג זײַן אין דײַן סָוף.
21
פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן, אָבער גאָטס באַראָט, ער װעט באַשטײן.
22
די תּאװה פֿון אַ מענטשן איז זײַן שאַנד; און בעסער אַן אָרימאַן אײדער אַ כַּזבֿן.
23
מורא פֿאַר גאָט פֿירט צום לעבן, און מע בלײַבט זאַט, און װערט ניט געשטראָפֿט מיט קײן בײז.
24
אַז דער פֿױלער שטעקט אַרײַן זײַן האַנט אין שיסל, װיל ער זי צו מאָל ניט צוטראָגן צו זײַן מױל.
25
שלאָגסטו דעם שפּעטער, װערט דער נאַר געשײַט, און מוסערט מען דעם פֿאַרשטענדיקן, לערנט ער װיסן.
26
אַ זון װאָס ברענגט שאַנד און חרפּה, פֿאַרװיסט זײַן פֿאָטער, פֿאַרטרײַבט זײַן מוטער.
27
הער אױף, מײַן זון – אױב דו װילסט פֿאָלגן מוסר – צו װײַכן פֿון די װערטער פֿון קענשאַפֿט.
28
גערעכטיקײט שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן עדות, און פֿאַלשקײט צעמישט דאָס מױל פֿון די רשָעים.
29
אָנגעברײט פֿאַר די שפּעטער זײַנען שטראָפֿן, און קלעפּ פֿאַרן רוקן פֿון די נאַרן.