אידיש
1
דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן; בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.
2
דער נאַר װיל ניט פֿאַרשטאַנדיקײט, נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.
3
אַז דער רָשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג, און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.
4
טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל, אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.
5
קײן גוטס קומט ניט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רָשע, כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.
6
די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג, און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.
7
דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים, און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.
8
די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס, און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.
9
אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט, איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.
10
אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון גאָט, צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
11
דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט, און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.
12
פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.
13
דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט, איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.
14
אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט, אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?
15
דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך אײַן קענשאַפֿט, און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.
16
אַ מענטשנס מתּנה מאַכט פֿאַר אים אַ װאַרע, און זי ברענגט אים פֿאַר גרױסע לײַט.
17
גערעכט איז דער ערשטער אין זײַן טענה, אָבער זײַן חבֿר קומט און פֿאָרשט אים אױס.
18
דער גורל מאַכט אױפֿהערן קריג, און צװישן די שטרײַטער צעשײדט ער.
19
אַ געקריװדעטן ברודער איז שװערער צו געװינען װי אַ באַפֿעסטיקטע שטאָט, און קריג זײַנען װי ריגלען פֿון אַ פּאַלאַץ.
20
פֿון דער פֿרוכט פֿון אַ מענטשנס מױל װעט זיך זעטן זײַן לײַב, פֿון אײַנקום פֿון זײַנע ליפּן װעט ער זיך זעטן.
21
טױט און לעבן זײַנען אין דער מאַכט פֿון דער צונג, און אירע גוטע פֿרײַנט װעלן עסן איר פֿרוכט.
22
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס, און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט.
23
תּחנוּנים רעדט דער אָרימאַן, אָבער דער עושר ענטפֿערט עזות.
24
פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקןאון פֿאַראַן אַ גוטער פֿרײַנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער.