אידיש
1
אַ װײכער ענטפֿער האַלט אָפּ צאָרן, און אַ פֿאַרדראָסיק װאָרט ברענגט אױף כּעס.
2
די צונג פֿון די קלוגע איז װױלקענעװדיק, און דאָס מױל פֿון נאַרן גאַװערט טיפּשות.
3
אין יעטװעדער אָרט זײַנען די אױגן פֿון גאָט, זײ זעען די שלעכטע און די גוטע.
4
אַ מילדע צונג איז אַ בױם פֿון לעבן, און פֿאַלשקײט אױף איר איז אַ בראָך פֿאַרן געמיט.
5
דער נאַר פֿאַראַכט זײַן פֿאָטערס מוסר, און דער װאָס אַכט אױף שטראָף איז געשײַט.
6
אין הױז פֿון דעם צדיק איז גרױס רײַכטום, און אין אײַנקום פֿון רָשע איז אַ צרה.
7
די ליפּן פֿון די קלוגע פֿאַרשפּרײטן קענשאַפֿט, און דער שׂכל פֿון די נאַרן – ניט ריכטיקס.
8
דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די רשָעים איז אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט, און די תּפֿילה פֿון רעכטפֿאַרטיקע איז זײַן רָצון.
9
אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז דער װעג פֿון דעם רָשע, און דעם װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט האָט ער ליב.
10
אַ בײזע שטראָף איז פֿאַר דעם װאָס פֿאַרלאָזט דעם װעג, דער װאָס האָט פֿײַנט מוסר װעט שטאַרבן.
11
די אונטערערד און דער אָפּגרונט זײַנען פֿאַר גאָט, הײַנט װי שױן די הערצער פֿון די מענטשנקינדער!
12
דער שפּעטער האָט ניט ליב מע זאָל אים שטראָפֿן, ער װיל ניט גײן צו חכמים.
13
אַ פֿרײלעך האַרץ מונטערט אױף דעם פּנים, און פֿון האַרצקלעמעניש װערט דאָס געמיט דערשלאָגן.
14
דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן זוכט קענשאַפֿט, און דאָס מױל פֿון די נאַרן פֿיטערט זיך אױף טיפּשות.
15
אַלע טעג פֿון דעם אָרימאַן זײַנען שלעכטע, אָבער בײַ דעם װאָס האָט אַ פֿרײלעך האַרץ איז תּמיד אַ סעודה.
16
בעסער װינציק מיט גאָטספֿאָרכטיקײט, אײדער אַ גרױסער אוצר מיט צעטומלטקײט דערבײַ.
17
בעסער אַ מאָלצײַט פֿון גרינס װוּ ליבשאַפֿט איז דאָ, אײדער אַ געשטאָפּטער אָקס מיט שׂנאה דערבײַ.
18
אַ כּעסן מאַכט אָן שטרײַט, און אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן שטילט אײַן קריג.
19
דער װעג פֿון דעם פֿױלן איז װי פֿאַרצאַמט מיט דערנער, אָבער דער שטעג פֿון דעם רעכטפֿאַרטיקן איז אױסגעגלײַכט.
20
אַ קלוגער זון דערפֿרײט דעם פֿאָטער, און אַ נאַרישער מענטש איז מבֿזה זײַן מוטער.
21
נאַרישקײט איז אַ פֿרײד בײַ דעם װאָס פֿעלט שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט גײט גלײַך.
22
אָן באַראָט װערן טראַכטונגען פֿאַרשטערט, און דורך פֿיל יועצים קומען זײ צו שטאַנד.
23
אַ מענטש האָט פֿרײד פֿון דעם ענטפֿער פֿון זײַן מױל, און אַ װאָרט אין דער צײַט – װי גוט דאָס איז!
24
דער װעג פֿון לעבן איז אַרױף צו פֿאַרן קלוגן, כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון דער אונטערערד אונטן.
25
דאָס הױז פֿון די שטאָלצע רײַסט גאָט אױס, און ער שטעלט אױף דעם גרענעץ פֿון דער אלמנה.
26
אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט זײַנען מחשבֿות פֿון בײז, און רײן בײַ אים זײַנען װערטער פֿון ליבלעכקײט.
27
זײַן הױז פֿאַראומגליקט דער װאָס איז גײַציק נאָך געװין, און דער װאָס האָט פֿײַנט מתָּנות װעט לעבן.
28
דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק קלערט-נאָך צו ענטפֿערן, און דאָס מױל פֿון רשָעים גאַװערט בײזענישן.
29
װײַט איז גאָט פֿון רשָעים, אָבער די תּפֿילה פֿון צדיקים הערט ער.
30
אַ ליכט אין די אױגן איז דער װאָס דערפֿרײט דאָס האַרץ, אַ גוטע בשׂורה מאַכט פֿעט דאָס געבײן.
31
דאָס אױער װאָס הערט-צו דעם מוסר פֿון לעבן, װעט צװישן די חכמים רוען.
32
דער װאָס מײַדט אױס מוסר, פֿאַראַכט זײַן זעל, און דער װאָס הערט-צו שטראָף, קריגט שׂכל.
33
מורא פֿאַר גאָט איז די לערנונג פֿון חכמה, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.