Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור. זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, װאָרום װוּנדער האָט ער געטאָן; זײַן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן, און זײַן הײליקער אָרעם. 2 גאָט האָט געלאָזט װיסן זײַן ישועה, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער האָט ער אַנטפּלעקט זײַן גערעכטיקײט. 3 ער האָט געדאַכט אָן זײַן חֶסד און זײַן טרײַשאַפֿטצו דעם הױז פֿון ישׂראל; אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזעןדי ישועה פֿון אונדזער גאָט. 4 שאַלט צו גאָט, די גאַנצע ערד, ברעכט אױס און זינגט און שפּילט. 5 שפּילט צו גאָט אױף אַ האַרף, אױף אַ האַרף מיט אַ קָול פֿון געזאַנג. 6 מיט טרומײטן און אַ קָול פֿון שופֿרשאַלט פֿאַר גאָט דעם מלך. 7 זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט, די װעלט און די װױנער אין איר. 8 די טײַכן זאָלן קלאַפּן די הענט, די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם; 9 פֿאַר גאָט, װאָרום ער קומט משפּטן די ערד; ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, און די פֿעלקער מיט יושר.
עברית
1 מִזְמ֡וֹר שִׁ֤ירוּ לַֽיהוָ֨ה שִׁ֣יר חָ֭דָשׁ כִּֽי־נִפְלָא֣וֹת עָשָׂ֑ה הוֹשִֽׁיעָה־לּ֥וֹ יְ֝מִינ֗וֹ וּזְר֥וֹעַ קָדְשֽׁוֹ׃ 2 הוֹדִ֣יעַ יְ֭הוָה יְשׁוּעָת֑וֹ לְעֵינֵ֥י הַ֝גּוֹיִ֗ם גִּלָּ֥ה צִדְקָתֽוֹ׃ 3 זָ֘כַ֤ר חַסְדּ֨וֹ וֶֽאֱֽמוּנָתוֹ֮ לְבֵ֪ית יִשְׂרָ֫אֵ֥ל רָא֥וּ כָל־אַפְסֵי־אָ֑רֶץ אֵ֝֗ת יְשׁוּעַ֥ת אֱלֹהֵֽינוּ׃ 4 הָרִ֣יעוּ לַֽ֭יהוָה כָּל־הָאָ֑רֶץ פִּצְח֖וּ וְרַנְּנ֣וּ וְזַמֵּֽרוּ׃ 5 זַמְּר֣וּ לַיהוָ֣ה בְּכִנּ֑וֹר בְּ֝כִנּ֗וֹר וְק֣וֹל זִמְרָֽה׃ 6 בַּ֭חֲצֹ֣צְרוֹת וְק֣וֹל שׁוֹפָ֑ר הָ֝רִ֗יעוּ לִפְנֵ֤י הַמֶּ֬לֶךְ יְהוָֽה׃ 7 יִרְעַ֣ם הַ֭יָּם וּמְלֹא֑וֹ תֵּ֝בֵ֗ל וְיֹ֣שְׁבֵי בָֽהּ׃ 8 נְהָר֥וֹת יִמְחֲאוּ־כָ֑ף יַ֝֗חַד הָרִ֥ים יְרַנֵּֽנוּ׃ 9 לִֽפְֽנֵי־יְהוָ֗ה כִּ֥י בָא֮ לִשְׁפֹּ֪ט הָ֫אָ֥רֶץ יִשְׁפֹּֽט־תֵּבֵ֥ל בְּצֶ֑דֶק וְ֝עַמִּ֗ים בְּמֵישָׁרִֽים׃