Yiddish
Hebrew
אידיש
1 קומט, לאָמיר זינגען צו גאָט, לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף. 2 לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק, מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים. 3 װאָרום אַ גרױסער גאָט איז יהוה, און אַ גרױסער מלך איבער אַלע געטער, 4 װאָס אין זײַן האַנט זײַנען די גרונטן פֿון דער ערד, און די הײכן פֿון די בערג זײַנען זײַנע; 5 װאָס דער ים איז זײַנער, און ער האָט אים געמאַכט; און די יבשה האָבן געפֿורעמט זײַנע הענט. 6 קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן, לאָמיר קניִען פֿאַר יהוה אונדזער באַשעפֿער. 7 װאָרום ער איז אונדזער גאָט, און מיר דאָס פֿאָלק פֿון זײַן פֿיטערונג, און די שאָף פֿון זײַן האַנט; װען איר װאָלט הײַנט צוהערן צו זײַן קָול! 8 מאַכט ניט האַרט אײַער האַרץ װי בײַ מריבֿה, װי אין טאָג פֿון מַסָה אין דער מדבר, 9 בעת אײַערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט, מיך פּראָבירט, הגם זײ האָבן געזען מײַן װערק. 10 פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן דָור, און האָב געזאָגט: אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער זײַנען זײ, און זײ װײסן ניט מײַנע װעגן; 11 װאָס דרום האָב איך געשװאָרן אין מײַן צאָרן, אױב זײ װעלן קומען אין מײַן רוּונג!
עברית
1 לְ֭כוּ נְרַנְּנָ֣ה לַיהוָ֑ה נָ֝רִ֗יעָה לְצ֣וּר יִשְׁעֵֽנוּ׃ 2 נְקַדְּמָ֣ה פָנָ֣יו בְּתוֹדָ֑ה בִּ֝זְמִר֗וֹת נָרִ֥יעַֽ לֽוֹ׃ 3 כִּ֤י אֵ֣ל גָּד֣וֹל יְהוָ֑ה וּמֶ֥לֶךְ גָּ֝ד֗וֹל עַל־כָּל־אֱלֹהִֽים׃ 4 אֲשֶׁ֣ר בְּ֭יָדוֹ מֶחְקְרֵי־אָ֑רֶץ וְתוֹעֲפ֖וֹת הָרִ֣ים לֽוֹ׃ 5 אֲשֶׁר־ל֣וֹ הַ֭יָּם וְה֣וּא עָשָׂ֑הוּ וְ֝יַבֶּ֗שֶׁת יָדָ֥יו יָצָֽרוּ׃ 6 בֹּ֭אוּ נִשְׁתַּחֲוֶ֣ה וְנִכְרָ֑עָה נִ֝בְרְכָ֗ה לִֽפְנֵי־יְהוָ֥ה עֹשֵֽׂנוּ׃ 7 כִּ֘י ה֤וּא אֱלֹהֵ֗ינוּ וַאֲנַ֤חְנוּ עַ֣ם מַ֭רְעִיתוֹ וְצֹ֣אן יָד֑וֹ הַ֝יּ֗וֹם אִֽם־בְּקֹל֥וֹ תִשְׁמָֽעוּ׃ 8 אַל־תַּקְשׁ֣וּ לְ֭בַבְכֶם כִּמְרִיבָ֑ה כְּי֥וֹם מַ֝סָּ֗ה בַּמִּדְבָּֽר׃ 9 אֲשֶׁ֣ר נִ֭סּוּנִי אֲבוֹתֵיכֶ֑ם בְּ֝חָנ֗וּנִי גַּם־רָא֥וּ פָעֳלֽ͏ִי׃ 10 אַרְבָּ֘עִ֤ים שָׁנָ֨ה אָ֘ק֤וּט בְּד֗וֹר וָאֹמַ֗ר עַ֤ם תֹּעֵ֣י לֵבָ֣ב הֵ֑ם וְ֝הֵ֗ם לֹא־יָדְע֥וּ דְרָכָֽי׃ 11 אֲשֶׁר־נִשְׁבַּ֥עְתִּי בְאַפִּ֑י אִם־יְ֝בֹא֗וּן אֶל־מְנוּחָתִֽי׃