אידיש
1
יהוה דו גאָט פֿון נקמות, גאָט פֿון נקמות, שײַן אַרױס!
2
דערהײב זיך, דו ריכטער פֿון דער ערד, קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע.
3
ביז װאַנען װעלן די רשָעים, גאָט, ביז װאַנען װעלן די רשָעים זיך פֿרײען?
4
זײ גאַװערן, זײ רעדן פֿאַרשײַט, זײ רימען זיך, אַלע טוער פֿון אומרעכט.
5
דײַן פֿאָלק, גאָט, צעדריקן זײ, און זײ פּײַניקן דײַן אַרב.
6
די אלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ, און יתומים טײטן זײ.
7
און זײ זאָגן: יָה װעט ניט זען, און דער גאָט פֿון יעקבֿ װעט ניט מערקן.
8
באַטראַכט, איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק, און איר נאַרן, װען װעט איר קלוג װערן?
9
דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער, צי װעט ער ניט הערן? דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג, צי װעט ער ניט זען?
10
דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער, צי װעט ער ניט שטראָפֿן?ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן.
11
גאָט װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן, אַז זײ זײַנען נישטיק.
12
װױל צו דעם מאַן װאָס דו מוסערסט אים, גאָט, און פֿון דײַן תּורה טוסטו אים לערנען;
13
כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז, ביז אַ גרוב װעט געגראָבן װערן פֿאַרן רָשע.
14
װאָרום גאָט װעט ניט אַװעקװאַרפֿן זײַן פֿאָלק, און זײַן אַרב ניט פֿאַרלאָזן.
15
װאָרום צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט, און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
16
װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער? װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?
17
װען ניט גאָט װאָלט מיר אַ הילף געװען, װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל.
18
װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, לענט מיך אונטער, גאָט, דײַן חֶסד.
19
בײַ מײַנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר, קװיקן דײַנע טרײסטונגען מײַן זעל.
20
קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן, װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?
21
זײ קלײַבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק, און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ.
22
אָבער יהוה איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג, און מײַן גאָט צום פֿעלדז פֿון מײַן באַשיצונג.
23
און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט, און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנײַדן; פֿאַרשנײַדן טוט זײ יהוה אונדזער גאָט.