Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת. 2 גוט איז צו לױבן גאָט, און זינגען צו דײַן נאָמען, דו העכסטער; 3 צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסדאון דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט, 4 אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר, מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף. 5 װאָרום האָסט מיך דערפֿרײט, גאָט, מיט דײַן װערק, איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט. 6 װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, גאָט! טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען. 7 דער בהֵמישער מענטש װײס ניט, און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס ניט. 8 אַז די רשָעים שפּראָצן װי גראָז, און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט, איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק. 9 אָבער דו ביסט דערהױבןאױף אײביק, גאָט. 10 װאָרום אָט דײַנע פֿײַנט, גאָט, װאָרום אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן, צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט. 11 און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן; איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל. 12 און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער; אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר, הערן מײַנע אױערן זיך אָן. 13 דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם, װי אַ צעדערבױם אין לבֿנון װעט ער װאַקסן. 14 אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון יהוה, אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָט װעלן זײ בליִען. 15 זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער, פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן; 16 צו דערצײלן אַז גאָט איז רעכטפֿאַרטיק, מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים ניטאָ.
עברית
1 מִזְמ֥וֹר שִׁ֗יר לְי֣וֹם הַשַּׁבָּֽת׃ 2 ט֗וֹב לְהֹד֥וֹת לַיהוָ֑ה וּלְזַמֵּ֖ר לְשִׁמְךָ֣ עֶלְיֽוֹן׃ 3 לְהַגִּ֣יד בַּבֹּ֣קֶר חַסְֽדֶּ֑ךָ וֶ֝אֱמֽוּנָתְךָ֗ בַּלֵּילֽוֹת׃ 4 עֲ‍ֽלֵי־עָ֭שׂוֹר וַעֲלֵי־נָ֑בֶל עֲלֵ֖י הִגָּי֣וֹן בְּכִנּֽוֹר׃ 5 כִּ֤י שִׂמַּחְתַּ֣נִי יְהוָ֣ה בְּפָעֳלֶ֑ךָ בְּֽמַעֲשֵׂ֖י יָדֶ֣יךָ אֲרַנֵּֽן׃ 6 מַה־גָּדְל֣וּ מַעֲשֶׂ֣יךָ יְהוָ֑ה מְ֝אֹ֗ד עָמְק֥וּ מַחְשְׁבֹתֶֽיךָ׃ 7 אִֽישׁ־בַּ֭עַר לֹ֣א יֵדָ֑ע וּ֝כְסִ֗יל לֹא־יָבִ֥ין אֶת־זֹֽאת׃ 8 בִּפְרֹ֤חַ רְשָׁעִ֨ים כְּמ֥וֹ עֵ֗שֶׂב וַ֭יָּצִיצוּ כָּל־פֹּ֣עֲלֵי אָ֑וֶן לְהִשָּֽׁמְדָ֥ם עֲדֵי־עַֽד׃ 9 וְאַתָּ֥ה מָר֗וֹם לְעֹלָ֥ם יְהוָֽה׃ 10 כִּ֤י הִנֵּ֪ה אֹיְבֶ֡יךָ יְֽהוָ֗ה כִּֽי־הִנֵּ֣ה אֹיְבֶ֣יךָ יֹאבֵ֑דוּ יִ֝תְפָּרְד֗וּ כָּל־פֹּ֥עֲלֵי אָֽוֶן׃ 11 וַתָּ֣רֶם כִּרְאֵ֣ים קַרְנִ֑י בַּ֝לֹּתִ֗י בְּשֶׁ֣מֶן רַעֲנָֽן׃ 12 וַתַּבֵּ֥ט עֵינִ֗י בְּשׁ֫וּרָ֥י בַּקָּמִ֖ים עָלַ֥י מְרֵעִ֗ים תִּשְׁמַ֥עְנָה אָזְנָֽי׃ 13 צַ֭דִּיק כַּתָּמָ֣ר יִפְרָ֑ח כְּאֶ֖רֶז בַּלְּבָנ֣וֹן יִשְׂגֶּֽה׃ 14 שְׁ֭תוּלִים בְּבֵ֣ית יְהוָ֑ה בְּחַצְר֖וֹת אֱלֹהֵ֣ינוּ יַפְרִֽיחוּ׃ 15 ע֭וֹד יְנוּב֣וּן בְּשֵׂיבָ֑ה דְּשֵׁנִ֖ים וְרַֽעֲנַנִּ֣ים יִהְיֽוּ׃ 16 לְ֭הַגִּיד כִּֽי־יָשָׁ֣ר יְהוָ֑ה צ֝וּרִ֗י וְֽלֹא־עלתה בּֽוֹ׃