Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ תּפֿילה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן. גאָט, דו ביסט אונדז געװעןאַ באַשיצונג אין אַלע דורות. 2 אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן, און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט, און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט, ביסט דו גאָט. 3 ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט, און זאָגסט: טוט תּשובֿה, איר מענטשנקינדער. 4 װאָרום טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגןװי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען, און װי אַ װאַך אין דער נאַכט. 5 שטראָמסט זײ אַװעק, װי אַ דרעמל װערן זײ; אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן, 6 אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן – צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט. 7 װאָרום מיר װערן פֿאַרלענדט אין דײַן כּעס, און אין דײַן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט. 8 האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר, אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון דײַן פּנים. 9 װאָרום אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין דײַן גרימצאָרן, מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך. 10 די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר, און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר; און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק; װאָרום גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק. 11 װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון דײַן כּעס, אַז װי דײַן מוֹראדיקײט אַזױ איז דײַן גרימצאָרן? 12 לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג, כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה. 13 קער זיך אום, גאָט – װי לאַנג נאָך? – און דערבאַרים זיך אױף דײַנע קנעכט. 14 זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסד, כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג. 15 דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּײַניקט, די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז. 16 זאָל באַװיזן װערן דײַן טוּונג צו דײַנע קנעכט, און דײַן פּראַכט אױף זײערע קינדער. 17 און זאָל די ליבלעכקײט פֿון יהוה אונדזער גאָט זײַן אױף אונדז; און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.
עברית
1 תְּפִלָּה֮ לְמֹשֶׁ֪ה אִֽישׁ־הָאֱלֹ֫הִ֥ים אֲ‍ֽדֹנָ֗י מָע֣וֹן אַ֭תָּה הָיִ֥יתָ לָּ֗נוּ בְּדֹ֣ר וָדֹֽר׃ 2 בְּטֶ֤רֶם הָ֘רִ֤ים יֻלָּ֗דוּ וַתְּח֣וֹלֵֽל אֶ֣רֶץ וְתֵבֵ֑ל וּֽמֵעוֹלָ֥ם עַד־ע֝וֹלָ֗ם אַתָּ֥ה אֵֽל׃ 3 תָּשֵׁ֣ב אֱ֭נוֹשׁ עַד־דַּכָּ֑א וַ֝תֹּ֗אמֶר שׁ֣וּבוּ בְנֵי־אָדָֽם׃ 4 כִּ֤י אֶ֪לֶף שָׁנִ֡ים בְּֽעֵינֶ֗יךָ כְּי֣וֹם אֶ֭תְמוֹל כִּ֣י יַעֲבֹ֑ר וְאַשְׁמוּרָ֥ה בַלָּֽיְלָה׃ 5 זְ֭רַמְתָּם שֵׁנָ֣ה יִהְי֑וּ בַּ֝בֹּ֗קֶר כֶּחָצִ֥יר יַחֲלֹֽף׃ 6 בַּ֭בֹּקֶר יָצִ֣יץ וְחָלָ֑ף לָ֝עֶ֗רֶב יְמוֹלֵ֥ל וְיָבֵֽשׁ׃ 7 כִּֽי־כָלִ֥ינוּ בְאַפֶּ֑ךָ וּֽבַחֲמָתְךָ֥ נִבְהָֽלְנוּ׃ 8 שת עֲוֺנֹתֵ֣ינוּ לְנֶגְדֶּ֑ךָ עֲ֝לֻמֵ֗נוּ לִמְא֥וֹר פָּנֶֽיךָ׃ 9 כִּ֣י כָל־יָ֭מֵינוּ פָּנ֣וּ בְעֶבְרָתֶ֑ךָ כִּלִּ֖ינוּ שָׁנֵ֣ינוּ כְמוֹ־הֶֽגֶה׃ 10 יְמֵֽי־שְׁנוֹתֵ֨ינוּ בָהֶ֥ם שִׁבְעִ֪ים שָׁנָ֡ה וְאִ֤ם בִּגְבוּרֹ֨ת שְׁמ֘וֹנִ֤ים שָׁנָ֗ה וְ֭רָהְבָּם עָמָ֣ל וָאָ֑וֶן כִּי־גָ֥ז חִ֝֗ישׁ וַנָּעֻֽפָה׃ 11 מִֽי־י֭וֹדֵעַ עֹ֣ז אַפֶּ֑ךָ וּ֝כְיִרְאָתְךָ֗ עֶבְרָתֶֽךָ׃ 12 לִמְנ֣וֹת יָ֭מֵינוּ כֵּ֣ן הוֹדַ֑ע וְ֝נָבִ֗א לְבַ֣ב חָכְמָֽה׃ 13 שׁוּבָ֣ה יְ֭הוָה עַד־מָתָ֑י וְ֝הִנָּחֵ֗ם עַל־עֲבָדֶֽיךָ׃ 14 שַׂבְּעֵ֣נוּ בַבֹּ֣קֶר חַסְדֶּ֑ךָ וּֽנְרַנְּנָ֥ה וְ֝נִשְׂמְחָ֗ה בְּכָל־יָמֵֽינוּ׃ 15 שַׂ֭מְּחֵנוּ כִּימ֣וֹת עִנִּיתָ֑נוּ שְׁ֝נ֗וֹת רָאִ֥ינוּ רָעָֽה׃ 16 יֵרָאֶ֣ה אֶל־עֲבָדֶ֣יךָ פָעֳלֶ֑ךָ וַ֝הֲדָרְךָ֗ עַל־בְּנֵיהֶֽם׃ 17 וִיהִ֤י נֹ֤עַם אֲדֹנָ֥י אֱלֹהֵ֗ינוּ עָ֫לֵ֥ינוּ וּמַעֲשֵׂ֣ה יָ֭דֵינוּ כּוֹנְנָ֥ה עָלֵ֑ינוּ וּֽמַעֲשֵׂ֥ה יָ֝דֵ֗ינוּ כּוֹנְנֵֽהוּ׃