אידיש
1
אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי.
2
די חסדים פֿון גאָט װעל איך אײביק זינגען, אױף דָור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל.
3
װאָרום איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד, די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:
4
איך האָב געשלאָסן אַ בונד צו מײַן אױסדערװײלטן, איך האָב געשװאָרן צו דוד מײַן קנעכט:
5
אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען, און אױף דָור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן. סֶלָה.
6
און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, גאָט, אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע.
7
װאָרום װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו יהוה? װער איז געגליכן צו יהוה צװישן די מאַכטיקע?
8
גאָט איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע, און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.
9
יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, יָה? און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.
10
דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצקײט פֿון ים, אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן.
11
דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ, מיט דײַן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט.
12
דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד; די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט.
13
צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן, תּבֿור און חרמון זינגען פֿון דײַן נאָמען.
14
דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה, דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן.
15
רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן, גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים.
16
װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט, װאָס גײען, גאָט, אין ליכט פֿון דײַן פּנים.
17
מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג, און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן.
18
װאָרום דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט, און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן.
19
װאָרום גאָט, ער איז אונדזער שילד, און דער הײליקער פֿון ישׂראל, ער איז אונדזער קיניג.
20
האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע, און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גִבור, איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק.
21
איך האָב געפֿונען דוד מײַן קנעכט, איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;
22
אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים, און מײַן אָרעם זאָל אים שטאַרקן.
23
קײן פֿײַנט זאָל ניט מאָנען פֿון אים, און קײן באַעַװלער זאָל אים ניט פּײַניקן.
24
און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים, און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן.
25
און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסד װעלן זײַן מיט אים, און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן.
26
און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט, און אױף די טײַכן זײַן רעכטע.
27
ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער ביסטו, מײַן גאָט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
28
אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכָור, פֿאַרן העכסטן איבער די מלכים פֿון דער ערד.
29
אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסד, און מײַן בונד װעט אים בלײַבן געטרײַ.
30
און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען, און זײַן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען.
31
אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה, און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ ניט גײן;
32
אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן, און מײַנע געבאָט װעלן זײ ניט היטן;
33
װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך, און מיט פּלאָגן זײער זינד.
34
אָבער מײַן חֶסד װעל איך ניט פֿאַרשטערן פֿון אים, און ניט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט.
35
איך װעל ניט פֿאַרשװעכן מײַן בונד, און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך ניט בײַטן.
36
אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט: אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!
37
זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק, און זײַן טראָן װי די זון פֿאַר מיר.
38
אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן, און װי דער געטרײַער עדות אין הימל. סֶלָה.
39
אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט, האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן.
40
האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם בונד פֿון דײַן קנעכט, האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן.
41
האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען, האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תֶּל.
42
צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער, ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים.
43
האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער, האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט.
44
אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד, און האָסט אים ניט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.
45
האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט, און געשלײַדערט זײַן טראָן צו דער ערד.
46
האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט, האָסט אים מיט בושה באַדעקט. סֶלָה.
47
ביז װאַנען, גאָט, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד? װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?
48
געדענק, װאָס איז מײַן געדױער; צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.
49
װאָסער מענטש קען לעבן און ניט זען דעם טױט? מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער אונטערערד? סֶלָה.
50
װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, גאָט, װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?
51
געדענק, גאָט, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט, װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;
52
װאָס דײַנע פֿײַנט, גאָט, לעסטערן, װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.
53
געלױבט איז גאָט אײביק, אָמן און אָמן!