אידיש
1
אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. נײַג צו, גאָט, דײַן אױער, ענטפֿער מיר, װאָרום אָרים און באַדערפֿטיק בין איך.
2
באַהיט מײַן זעל װאָרום איך בין פֿרום, העלף, דו מײַן גאָט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.
3
לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג.
4
דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט, װאָרום צו דיר, גאָט, הײב איך אױף מײַן זעל.
5
װאָרום דו, גאָט, ביסט גוט און פֿאַרגעביק, און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.
6
פֿאַרנעם, גאָט, מײַן תּפֿילה, און האָרך צו דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן.
7
אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך, װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן.
8
ניטאָ אַזאַ װי דו, יהוה, צװישן די געטער, און ניטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים.
9
אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט, װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, גאָט, און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.
10
װאָרום גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער, דו גאָט אַלײן.
11
לערן מיך, גאָט, דײַן װעג, איך זאָל גײן אין דײַן אמת, אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען.
12
איך װעל דיך לױבן, מײַן גאָט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק.
13
װאָרום גרױס איז דײַן חֶסד צו מיר, און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער אונטערערד.
14
גאָט, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן, און זײ האַלט דיך ניט אַנטקעגן זיך.
15
אָבער דו יהוה ביסט אַ דערבאַרימדיקער און לײַטזעליקער גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.
16
קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט, און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט.
17
מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן, און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן, אַז דו גאָט האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.