Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. 2 האָסט באַװיליקט, גאָט, דײַן לאַנד, האָסט אומגעקערט די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ. 3 האָסט פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק, האָסט פֿאַרדעקט זײערע אַלע חטאים. סֶלָה. 4 האָסט אײַנגעטאָן אַל דײַן רוגז, האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גרימצאָרן. 5 ריכט אונדז װידער אױף, גאָט פֿון אונדזער הילף, און פֿאַרשטער דײַן כּעס קעגן אונדז. 6 צי אױף אײביק װעסטו צערענען אױף אונדז? װעסטו ציִען דײַן כּעס אױף דָור-דורות? 7 צי װעסטו אונדז ניט אױפֿלעבן װידער, אַז דײַן פֿאָלק זאָל זיך פֿרײען מיט דיר? 8 װײַז אונדז, גאָט, דײַן חֶסד, און דײַן הילף זאָלסטו אונדז געבן. 9 איך הער װאָס גאָט יהוה רעדט; פֿאַר װאָר, ער רעדט פֿריד פֿאַר זײַן פֿאָלק און פֿאַר זײַנע פֿרומע; נאָר זײ זאָלן זיך ניט אומקערן צו נאַרישקײט. 10 גאָר נאָנט צו זײַנע פֿאָרכטער איז זײַן ישועה, כּדי כּבֿוד זאָל רוען אין אונדזער לאַנד. 11 גענאָד און אמת האָבן זיך באַגעגנט, גערעכטיקײט און שלום האָבן זיך צעקושט. 12 אמת שפּראָצט פֿון דער ערד, און גערעכטיקײט לוגט פֿון הימל. 13 יאָ, גאָט װעט געבן גוטס, און אונדזער לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט. 14 גערעכטיקײט װעט גײן אים פֿאַרױס, און קירעװען אין װעג זײַנע טריט.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֬חַ לִבְנֵי־קֹ֬רַח מִזְמֽוֹר׃ 2 רָצִ֣יתָ יְהוָ֣ה אַרְצֶ֑ךָ שַׁ֝֗בְתָּ שבות יַעֲקֹֽב׃ 3 נָ֭שָׂאתָ עֲוֺ֣ן עַמֶּ֑ךָ כִּסִּ֖יתָ כָל־חַטָּאתָ֣ם סֶֽלָה׃ 4 אָסַ֥פְתָּ כָל־עֶבְרָתֶ֑ךָ הֱ֝שִׁיב֗וֹתָ מֵחֲר֥וֹן אַפֶּֽךָ׃ 5 שׁ֭וּבֵנוּ אֱלֹהֵ֣י יִשְׁעֵ֑נוּ וְהָפֵ֖ר כַּֽעַסְךָ֣ עִמָּֽנוּ׃ 6 הַלְעוֹלָ֥ם תֶּֽאֱנַף־בָּ֑נוּ תִּמְשֹׁ֥ךְ אַ֝פְּךָ֗ לְדֹ֣ר וָדֹֽר׃ 7 הֽ͏ֲלֹא־אַ֭תָּה תָּשׁ֣וּב תְּחַיֵּ֑נוּ וְ֝עַמְּךָ֗ יִשְׂמְחוּ־בָֽךְ׃ 8 הַרְאֵ֣נוּ יְהוָ֣ה חַסְדֶּ֑ךָ וְ֝יֶשְׁעֲךָ֗ תִּתֶּן־לָֽנוּ׃ 9 אֶשְׁמְעָ֗ה מַה־יְדַבֵּר֮ הָאֵ֪ל יְה֫וָ֥ה כִּ֤י יְדַבֵּ֬ר שָׁל֗וֹם אֶל־עַמּ֥וֹ וְאֶל־חֲסִידָ֑יו וְֽאַל־יָשׁ֥וּבוּ לְכִסְלָֽה׃ 10 אַ֤ךְ קָר֣וֹב לִירֵאָ֣יו יִשְׁע֑וֹ לִשְׁכֹּ֖ן כָּב֣וֹד בְּאַרְצֵֽנוּ׃ 11 חֶֽסֶד־וֶאֱמֶ֥ת נִפְגָּ֑שׁוּ צֶ֖דֶק וְשָׁל֣וֹם נָשָֽׁקוּ׃ 12 אֱ֭מֶת מֵאֶ֣רֶץ תִּצְמָ֑ח וְ֝צֶ֗דֶק מִשָּׁמַ֥יִם נִשְׁקָֽף׃ 13 גַּם־יְ֭הוָה יִתֵּ֣ן הַטּ֑וֹב וְ֝אַרְצֵ֗נוּ תִּתֵּ֥ן יְבוּלָֽהּ׃ 14 צֶ֭דֶק לְפָנָ֣יו יְהַלֵּ֑ךְ וְיָשֵׂ֖ם לְדֶ֣רֶךְ פְּעָמָֽיו׃