Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. 2 װי ליב זײַנען דײַנע װױנונגען, גאָט פֿון צבֿאות! 3 מײַן זעל גאַרט און גײט אױסנאָך די הױפֿן פֿון גאָט; מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגעןצום לעבעדיקן גאָט. 4 אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם, און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך, װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע, בײַ דײַנע מזבחות, יהוה פֿון צבֿאות, מײַן קיניג און מײַן גאָט. 5 װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז; תּמיד װעלן זײ דיך לױבן. סֶלָה. 6 װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר, װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן. 7 דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ, מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל; יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות. 8 זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט, זײ װײַזן זיך פֿאַר גאָט אין צִיון. 9 יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם, דו גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה. 10 גאָט אונדזער שילד, זע, און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן. 11 װאָרום בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿןאײדער טױזנט [אַנדערש װוּ]; איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן גאָט, אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט. 12 װאָרום אַ זון און אַ שילד איז גאָט יהוה, חן און כּבֿוד גיט יהוה; ער פֿאַרמײַדט ניט קײן גוטספֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט. 13 גאָט פֿון צבֿאות, װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֥חַ עַֽל־הַגִּתִּ֑ית לִבְנֵי־קֹ֥רַח מִזְמֽוֹר׃ 2 מַה־יְּדִיד֥וֹת מִשְׁכְּנוֹתֶ֗יךָ יְהוָ֥ה צְבָאֽוֹת׃ 3 נִכְסְפָ֬ה וְגַם־כָּלְתָ֨ה נַפְשִׁי֮ לְחַצְר֪וֹת יְה֫וָ֥ה לִבִּ֥י וּבְשָׂרִ֑י יְ֝רַנְּנ֗וּ אֶ֣ל אֵֽל־חָֽי׃ 4 גַּם־צִפּ֨וֹר מָ֪צְאָה בַ֡יִת וּדְר֤וֹר קֵ֥ן לָהּ֮ אֲשֶׁר־שָׁ֪תָה אֶפְרֹ֫חֶ֥יהָ אֶֽת־מִ֭זְבְּחוֹתֶיךָ יְהוָ֣ה צְבָא֑וֹת מַ֝לְכִּ֗י וֵאלֹהָֽי׃ 5 אַ֭שְׁרֵי יוֹשְׁבֵ֣י בֵיתֶ֑ךָ ע֝֗וֹד יְֽהַלְל֥וּךָ סֶּֽלָה׃ 6 אַשְׁרֵ֣י אָ֭דָם עֽוֹז־ל֥וֹ בָ֑ךְ מְ֝סִלּ֗וֹת בִּלְבָבָֽם׃ 7 עֹבְרֵ֤י בְּעֵ֣מֶק הַ֭בָּכָא מַעְיָ֣ן יְשִׁית֑וּהוּ גַּם־בְּ֝רָכ֗וֹת יַעְטֶ֥ה מוֹרֶֽה׃ 8 יֵ֭לְכוּ מֵחַ֣יִל אֶל־חָ֑יִל יֵרָאֶ֖ה אֶל־אֱלֹהִ֣ים בְּצִיּֽוֹן׃ 9 יְה֘וָ֤ה אֱלֹהִ֣ים צְ֭בָאוֹת שִׁמְעָ֣ה תְפִלָּתִ֑י הַאֲזִ֨ינָה אֱלֹהֵ֖י יַעֲקֹ֣ב סֶֽלָה׃ 10 מָ֭גִנֵּנוּ רְאֵ֣ה אֱלֹהִ֑ים וְ֝הַבֵּ֗ט פְּנֵ֣י מְשִׁיחֶֽךָ׃ 11 כִּ֤י טֽוֹב־י֥וֹם בַּחֲצֵרֶ֗יךָ מֵ֫אָ֥לֶף בָּחַ֗רְתִּי הִ֭סְתּוֹפֵף בְּבֵ֣ית אֱלֹהַ֑י מִ֝דּ֗וּר בְּאָהֳלֵי־רֶֽשַׁע׃ 12 כִּ֤י שֶׁ֨מֶשׁ וּמָגֵן֮ יְהוָ֪ה אֱלֹ֫הִ֥ים חֵ֣ן וְ֭כָבוֹד יִתֵּ֣ן יְהוָ֑ה לֹ֥א יִמְנַע־ט֝֗וֹב לַֽהֹלְכִ֥ים בְּתָמִֽים׃ 13 יְהוָ֥ה צְבָא֑וֹת אַֽשְׁרֵ֥י אָ֝דָ֗ם בֹּטֵ֥חַ בָּֽךְ׃