אידיש
1
אַ געזאַנג, אַ מזמור פֿון אָסָפֿן.
2
גאָט, ניט זײַ שטיל, זאָלסט ניט פֿאַרשװײַגן און ניט רוען, גאָט.
3
װאָרום זע, דײַנע פֿײַנט טומלען, און דײַנע שָׂונאים הײבן אױף דעם קאָפּ.
4
אַקעגן דײַן פֿאָלק סוֹדען זײ זיך ליסטיק, און זײ עֵצהן זיך אַקעגן דײַנע באַשיצטע.
5
זײ האָבן געזאָגט: קומט, און לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן פֿון זײַן אַ פֿאָלק, אַז מער זאָל ניט געדאַכט װערן דער נאָמען ישׂראל.
6
װאָרום זײ האָבן געהאַלטן אַן עצה מיט אײן האַרצן, קעגן דיר אַ בונד טוען זײ שליסן.
7
די געצעלטן פֿון אדום, און די ישמעאֵלים, מואָבֿ, און די הַגרים;
8
גבֿל, און עמון, און עַמָלק, פּלֶשֶת מיט די באַװױנער פֿון צור.
9
אױך אשור האָט זיך באַהעפֿט מיט זײ; זײ זײַנען אַן אָרעם צו די קינדער פֿון לוט. סֶלָה.
10
טו צו זײ אַזױ װי צו מדין, װי צו סיסראָן, װי צו יבֿינען בײַם טײַך קישון,
11
װאָס זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן אין עֵין-דֹאר, געװאָרן װי מיסט אױף דער ערד.
12
מאַך זײערע אַדללײַט װי עוֹרֵבֿ און װי זאבֿ, און װי זבֿח און װי צלמנע, אַלע זײערע פֿירשטן;
13
די װאָס זאָגן: לאָמיר יַרשען פֿאַר אונדזדי װױנונגען פֿון גאָט.
14
מײַן גאָט, מאַך זײ װי װירבלשטױב, װי שפּרײ פֿאַרן װינט.
15
װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרברענט אַ װאַלד, און װי אַ פֿלאַם װאָס צעפֿלאַקערט די בערג,
16
אַזױ זאָלסטו זײ נאָכיאָגן מיט דײַן שטורעם, און מיט דײַן געװיטער זײ דערשרעקן.
17
פֿיל זײער פּנים מיט שאַנד, אַז זײ זאָלן זוכן דײַן נאָמען, גאָט.
18
זאָלן זײ פֿאַרשעמט און דערשראָקן װערן אױף אײביק, און זאָלן זײ צו שאַנד װערן און אונטערגײן.
19
און זאָלן זײ װיסן אַז דו אַלײן װאָס דײַן נאָמען איז יהוה, ביסט דער העכסטער איבער דער גאַנצער ערד.