Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. גאָט שטײט אין דער עדה פֿון גאָט, אין מיטן פֿון די ריכטער טוט ער משפּטן. 2 ״ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט, און שױנען דעם פּנים פֿון די רשָעים? סֶלָה. 3 טוט רעכט דעם אָרימאַן און דעם יתום, דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט. 4 מאַכט אַנטרינען דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון, פֿון דער האַנט פֿון די רשָעים זײַט מציל. 5 זײ װײסן ניט, און זײ פֿאַרשטײען ניט, אין פֿינצטערניש גײען זײ אום; אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום. 6 איך װאָלט געזאָגט, געטער זײַט איר, און זין פֿון דעם אױבערשטן זײַט איר אַלע. 7 אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן, און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן״. 8 שטײ אױף, גאָט, משפּט די ערד, װאָרום אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.
עברית
1 מִזְמ֗וֹר לְאָ֫סָ֥ף אֱ‍ֽלֹהִ֗ים נִצָּ֥ב בַּעֲדַת־אֵ֑ל בְּקֶ֖רֶב אֱלֹהִ֣ים יִשְׁפֹּֽט׃ 2 עַד־מָתַ֥י תִּשְׁפְּטוּ־עָ֑וֶל וּפְנֵ֥י רְ֝שָׁעִ֗ים תִּשְׂאוּ־סֶֽלָה׃ 3 שִׁפְטוּ־דַ֥ל וְיָת֑וֹם עָנִ֖י וָרָ֣שׁ הַצְדִּֽיקוּ׃ 4 פַּלְּטוּ־דַ֥ל וְאֶבְי֑וֹן מִיַּ֖ד רְשָׁעִ֣ים הַצִּֽילוּ׃ 5 לֹ֤א יָֽדְע֨וּ וְלֹ֥א יָבִ֗ינוּ בַּחֲשֵׁכָ֥ה יִתְהַלָּ֑כוּ יִ֝מּ֗וֹטוּ כָּל־מ֥וֹסְדֵי אָֽרֶץ׃ 6 אֲ‍ֽנִי־אָ֭מַרְתִּי אֱלֹהִ֣ים אַתֶּ֑ם וּבְנֵ֖י עֶלְי֣וֹן כֻּלְּכֶֽם׃ 7 אָ֭כֵן כְּאָדָ֣ם תְּמוּת֑וּן וּכְאַחַ֖ד הַשָּׂרִ֣ים תִּפֹּֽלוּ׃ 8 קוּמָ֣ה אֱ֭לֹהִים שָׁפְטָ֣ה הָאָ֑רֶץ כִּֽי־אַתָּ֥ה תִ֝נְחַ֗ל בְּכָל־הַגּוֹיִֽם׃