Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון אָסָפֿן. 2 זינגט צו גאָט אונדזער שטאַרקײט, שאַלט צו דעם גאָט פֿון יעקבֿ. 3 הײבט אױף אַ געזאַנג, און שפּילט אױף אַ פּױק, אױף אַ זיסער האַרף מיט אַ גיטאַר. 4 בלאָזט אַ שופֿר אום ראש-חודש, אין האַלב חודש צו אונדזער יום-טובֿ. 5 װאָרום דאָס איז אַ חוק פֿאַר ישׂראל, אַ געזעץ פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ. 6 אַן עדות אין יוסף האָט ער עס געמאַכט, אַז װען ער איז אַרױס אױף לאַנד מצרַיִם, האָב איך אַ שפּראַך מיר אומבאַקאַנט געהערט. 7 ״איך האָב אָפּגעטאָן זײַן רוקן פֿון לאַסט, זײַנע הענט זאָלן אַװעק פֿון דעם טראָגקאָרב. 8 האָסט גערופֿן אין נױט, און איך האָב דיך אַרױסגעצױגן, איך האָב דיר געענטפֿערט פֿון דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דונער. איך האָב דיך געפּרוּװט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה. סֶלָה. 9 הער, מײַן פֿאָלק, און איך װעל דיך װאָרענען, ישׂראל, װען דו זאָלסט מיר צוהערן! 10 קײן אַנדער גאָט זאָל ניט זײַן בײַ דיר, און זאָלסט זיך ניט בוקן צו קײן פֿרעמדן גאָט. 11 איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרַיִם; מאַך אױף ברײט דײַן מױל און איך װעל עס אָנפֿילן.״ 12 אָבער מײַן פֿאָלק האָט ניט צוגעהערט צו מײַן קָול, און ישׂראל האָט ניט אײַנגעװיליקט צו מיר. 13 און איך האָב אים פֿרײַ געלאָזט אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן האַרצן, זײ זאָלן גײן לױט זײערע באַראָטן. 14 װען מײַן פֿאָלק װאָלט צוהערן צו מיר, װען ישׂראל װאָלט אין מײַנע װעגן גײן! 15 איך װאָלט גיך אונטערטעניקט זײערע פֿײַנט, און אױף זײערע דריקער געקערט מײַן האַנט. 16 די שָׂונאים פֿון גאָט װאָלטן אײַנגעגאַנגען פֿאַר אים, און זײער שטראָף װאָלט געװען אײביק. 17 און אים װאָלט מען געשפּײַזט מיט דעם פֿעטס פֿון װײץ; און פֿון פֿעלדז דיך װאָלט איך מיט האָניק געזעטיקט.
עברית
1 לַמְנַצֵּ֬חַ עַֽל־הַגִּתִּ֬ית לְאָסָֽף׃ 2 הַ֭רְנִינוּ לֵאלֹהִ֣ים עוּזֵּ֑נוּ הָ֝רִ֗יעוּ לֵאלֹהֵ֥י יַעֲקֹֽב׃ 3 שְֽׂאוּ־זִ֭מְרָה וּתְנוּ־תֹ֑ף כִּנּ֖וֹר נָעִ֣ים עִם־נָֽבֶל׃ 4 תִּקְע֣וּ בַחֹ֣דֶשׁ שׁוֹפָ֑ר בַּ֝כֵּ֗סֶה לְי֣וֹם חַגֵּֽנוּ׃ 5 כִּ֤י חֹ֣ק לְיִשְׂרָאֵ֣ל ה֑וּא מִ֝שְׁפָּ֗ט לֵאלֹהֵ֥י יַעֲקֹֽב׃ 6 עֵ֤דוּת בִּֽיה֘וֹסֵ֤ף שָׂמ֗וֹ בְּ֭צֵאתוֹ עַל־אֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם שְׂפַ֖ת לֹא־יָדַ֣עְתִּי אֶשְׁמָֽע׃ 7 הֲסִיר֣וֹתִי מִסֵּ֣בֶל שִׁכְמ֑וֹ כַּ֝פָּ֗יו מִדּ֥וּד תַּעֲבֹֽרְנָה׃ 8 בַּצָּרָ֥ה קָרָ֗אתָ וָאֲחַ֫לְּצֶ֥ךָּ אֶ֭עֶנְךָ בְּסֵ֣תֶר רַ֑עַם אֶבְחָֽנְךָ֨ עַל־מֵ֖י מְרִיבָ֣ה סֶֽלָה׃ 9 שְׁמַ֣ע עַ֭מִּי וְאָעִ֣ידָה בָּ֑ךְ יִ֝שְׂרָאֵ֗ל אִם־תִּֽשְׁמַֽע־לִֽי׃ 10 לֹֽא־יִהְיֶ֣ה בְ֭ךָ אֵ֣ל זָ֑ר וְלֹ֥א תִ֝שְׁתַּחֲוֶ֗ה לְאֵ֣ל נֵכָֽר׃ 11 אָנֹכִ֨י יְה֘וָ֤ה אֱלֹהֶ֗יךָ הַֽ֭מַּעַלְךָ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם הַרְחֶב־פִּ֝֗יךָ וַאֲמַלְאֵֽהוּ׃ 12 וְלֹא־שָׁמַ֣ע עַמִּ֣י לְקוֹלִ֑י וְ֝יִשְׂרָאֵ֗ל לֹא־אָ֥בָה לִֽי׃ 13 וָֽ֭אֲשַׁלְּחֵהוּ בִּשְׁרִיר֣וּת לִבָּ֑ם יֵ֝לְכ֗וּ בְּֽמוֹעֲצוֹתֵיהֶֽם׃ 14 ל֗וּ עַ֭מִּי שֹׁמֵ֣עַֽ לִ֑י יִ֝שְׂרָאֵ֗ל בִּדְרָכַ֥י יְהַלֵּֽכוּ׃ 15 כִּ֭מְעַט אוֹיְבֵיהֶ֣ם אַכְנִ֑יעַ וְעַ֥ל צָ֝רֵיהֶ֗ם אָשִׁ֥יב יָדִֽי׃ 16 מְשַׂנְאֵ֣י יְ֭הוָה יְכַֽחֲשׁוּ־ל֑וֹ וִיהִ֖י עִתָּ֣ם לְעוֹלָֽם׃ 17 וֽ͏ַ֭יַּאֲכִילֵהוּ מֵחֵ֣לֶב חִטָּ֑ה וּ֝מִצּ֗וּר דְּבַ֣שׁ אַשְׂבִּיעֶֽךָ׃